שאף צו די שחיטה, מיט א גארטל...
די קומענדיגע וואך גייען פארקומען וואלן פאר דעם טמא'נעם "כנסת המינים" אין פלטרין של מלך,ארץ ישראל. ליידער בעוה"ר גייען צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן אויך אנטייל נעמען אין דעם פראצעדור, און אזוי ארום ווערן א שותף אין דעם גרעסטן מינות און אפיקורסות אפאראט וואס איז נאר אמאל געווען איבער די וועלט, און א טייל פון זיי טוען עס נאך בדחילו ורחימו, אויפן מכלומרשט'ן באפעל פון זייערע רבי'ס. אין דער צייט וואס זיי טוען בפועל אריינשטעכן א מעסער אין הארץ פון די שכינה הקדושה, כביכול... אין דער צייט וואס זיי האבן זיך זעלבסט איבערצייגט אז ווען עס קומט צו רדיפת הדת זענען אלע פרייע פארטייען פאראייניגט צו ארבעטן האנט אין האנט גענצליך עוקר צו זיין דעם שם ה' פון יעדן איינציגן מוסד אונטער זייערע לאפעס - וליב"ה יוכיח, און דאס וועט נאר שטארקער ווערן אונטער דעם פאראויסגעזעענעם קדימה רעזשים, און דאס באקומט די לעגיטימע גושפנקא פאר די דרויסנדיגע וועלט דורך די רעליגיעזע באטייליגונג אין די רעגירונג... אין דער צייט וואס זיי זענען אפן מודה אז זייער אריינגיין אין דע רעגירונג האט נישט קיין שום צוועק, בלויז דער איין איינציגער ציל פון געלט פאר די מוסדות - וואס איז פאר זיך זעלבסט א קאטאסטראפע, און די אונטערלאגע און בסיס פארן "תכנית הליבה" - און באקוועמע בענקלעך פאר די א.ג. "שליחי דרבנן"... אין דער צייט וואס זיי זענען צופליקט און צוריסן צווישן זיך זעלבסט, און פארגינען נישט דעם אטעם איינער פארן צווייטן, און דער שטן האט געדארפט ביטער שווער ארבעטן ביז ער האט געפועל'ט ביי זיי זיך צו פאראייניגן נאר לכבוד דעם חירוף וגידוף בה' ותורתו... ... גייען זיי ליידער ווי שאף צו דער שחיטה, מיט בלינדע אויגן צו פארדערבעניש, און זיי טוען זיך נאך אן א גארטל מיט א לשם יחוד "אשר קדשנו וכו' וצונו על השחיטה".
|