בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שלום עליכם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/3/2006 19:00 לינק ישיר 
שלום עליכם

שלום עליכם טייערע ברודער

איך בין אקארשט געקומען פון ארצנו הקדושה, איך זעה אז אפאהר צדיקים ובפרטם אונזער חשובער מנהל האבן זיך (מיר) ]פארגינען צו שרייבן אז איך פעהל זיי אויס. 

יו מעיד מיי דעי 

אין ארץ ישראל איז נישטא דערווייל קיין דשזעי נעט, בין איך מיך מונע פון צו "גולש"עווען אויף די אינטערנעטער גאסען. 

איך בין דא ווייל איך האב מיילא נישט קיין זכות בחירה אין ארץ ישראל וואלען. אנישט וואלט איך אויס געהאלטן די וואך דארט. יעצט מוז איך זיין א בעק סיעט דרייווער.

סטוט זיך דארט לעבעדיג, אבער נישט צוליעב די וואלען, נאר מחמת

פארוואס קיינעם ברענט נישט די וואלען

גרויסער פראבלעם טאמער ח"ו וועלען די פרומע האבן ווייניגער ווי זיי ערווארטן, וואס איז זיכער איז, אז  וועלן זיי קריגען ווייניגער געלט פאר חינוך.

ווער וועט ליידן?

כולל יונגעלייט
מלמדים
טאטעס פון קינדער וואס וועלן מוזען צאלען הויך שכר לימוד

און בתוכם זענען בעלזער, סלאנימער, סערעטער, ערלויער ועוד חכמים וואס מיינען אז טוען  אפ "גער" אויב זיי שטימען נישט.

צו פארשטייט איינער זייער חשבון



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 22:06 לינק ישיר 

באטשי, און איך האב געמיינט אז די ביסט נאך פון די אלטע חדר.

פאר עס איז ארויסגעקומען די קליינע סחורה'דיקע גענייעכצער פלעגן די אידישע מאמעס שרייבען גאנצע מגילות אויף די קינדער'ס אינטערוועש ביים אפשיקען אין קעמפ.

זעהט אויס אז דיינע אינטערוועש זענען דאס נישט אדארעכגעגאנגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 20:30 לינק ישיר 

שלום חבר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2006 16:52 לינק ישיר 

שכויעך עולם פארן ווארעמען קבלת פנים

קוטששמע יקירי, וויאזוי שרייבטמען מיט א טינט פעדער אויף דעם אינטערוועש?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2006 20:13 לינק ישיר 

לכבוד באטשי בלאז איך אפ די שפיץ פון מיין פעדער, פון שטויב און פארטריקענטע טונט.

בריך מתייך לשלם!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2006 02:43 לינק ישיר 

WELCOME BACK

אז דו ביסט צוריק, וועט זיין אינטערעסאנט אפילו מען לאזט נישט רעדן דא קין פאליטיקע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 23:08 לינק ישיר 

בואכם לשלום BAACHI

איך האף אז דיין באזוך אין ארץ ישראל האט דיך אפגעוואוינט פון דיין אבסעסיע מיט די סאטמורים.

ביסט מכובד צו ברענגען אינטערסאנטע דיבעט'ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2006 22:00 לינק ישיר 

טייערע חברים

אונזער דשובאי האט פאריאגט די סאקמוירים, און דער פארום איז געווארען נודנע, BORING בלע"ז

איין זאך וואס די סאקמוירים קענען בעסער ווי אלע - לכל הדעות.
פראדוצירען נייעס

ובעיקרן של דברים די גאנצע זאך וואס איינער טענה'ט דא, איז נישט איבערצוצייגן יענעם.
סאיז איבער צוצייגען זיך אליין
און צו דעהם דארף מען א בר פלוגתא.

אשטיקעלע גמרא לכבוד שב"ק בבא מציעא פ"ד

נח נפשיה דרבי שמעון בן לקיש והוה קא מצטער רבי יוחנן בתריה טובא אמרו רבנן מאן ליזיל ליתביה לדעתיה ניזיל רבי אלעזר בן פדת דמחדדין שמעתתיה אזל יתיב קמיה כל מילתא דהוה אמר רבי יוחנן אמר ליה תניא דמסייעא לך אמר את כבר לקישא בר לקישא כי הוה אמינא מילתא הוה מקשי לי עשרין וארבע קושייתא ומפריקנא ליה עשרין וארבעה פרוקי וממילא רווחא שמעתא ואת אמרת תניא דמסייע לך אטו לא ידענא דשפיר קאמינא

שמעתי אז סאיז דא נאך א פארום וואס טייטשט איבער דעם "הער אויף טראכטן" פארום אויף יידיש.

צו וואס פעלט דאס אויס? וואס איז שלעכט דא?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 21:34 לינק ישיר 

ברוך השם לא השבית לנו גואל, און מען זעט זיך שוין ווייטער.

עס איז צום האפן אז מען וועט זוכה זיין צו הערן דברות קדשו וואס וועט אונז אריינשיינען און אויפלעבן אביסעלע דעם שלאפענדיגען פורום.

יעצט ווארטן מיר אויף א באריכט און אויך א השלמה וואס איז פארפעלט געווארן אין די איבער צוויי לאנגע חדשים, וואס כבוד מעלתו איז מיסטעריעז פארשוואונדען געווארן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 20:09 לינק ישיר 

שלום עליכם אלטע באטשי

אסאך האבען זיך געבענקט נאך דיר.

דארפסט נישט זארגען, אלע קרייזען וואס זייער רביים האלטען פון גיין צו די בחירות גייען באמת גיין, עס איז נישט מער ווי זיי גיבן אויס אביסל לופט די תקופה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 19:32 לינק ישיר 

עליכם שלום
ווי מיסט יא

ביזט געפארן אזוי אן זיך געזעגען, גראד נאך JEWBOY מעלדאנג
די לעצטע ווערטר וואס מיר האבן געהערט פין דיר איז געווען דאנט מעס וויט סאקסעס אין דערנאך ביסטו אזוי מיסטעריש נעלם געווארן. איט וואז סקערי, דאנט דא איט עגען

איך גיי יעצט טשעקן אויב DRUDGE ווייסט שוין דערפין.





תוקן על ידי - findodort - 24/03/2006 20:15:29



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שלום עליכם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext