אז די ווילסט דוקא וועל איך דיר זאגען, די מנהל הר"ר(נאמען געהיטן אין רעדאקציע) שליט"א האט געזאגט פאר די בחורים אז ער גייט רופן סיגעטע רב צו פארהערן, צום סוף האט הר"ר משה יודא מייזעלס שליט"א פארהערט, כמעט קיינעם איז עס נישט אנגעגאנגען צו דער סיגעטער פארהערט צו הר"ר משה יודא מייזעלס שליט"א פארהערט, נאר אפאר בחורים שטארקע חסידים פון רביֹן שליט"א האמער יא געפילט א זכיֹ (בימים ההם) אז די רביֹס זון זאל פארהערן, האמער געמיטשעט די מנהל פארוואס די סיגעטער קומט נישט, ער האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, נאר אזוי ווי איך בין פערזענליך גוט געווען מיטֹן מנהל האט ער מיר פארציילט די סיבה פונעם סיגעטערֹס אפוועזענהייט.
איך זע גארנישט דא. סך הכל בעט די רב א ספר, ער טראכט א מינוט, און נעמט זיך גלייך זאגן תורה ווי מקען זען פון די לעצטע שטיקל וואס די ארהונים האבן נאך ארויפגעלאזט, אדרבא, זאלן די אהרונים ארויפלייגן די גאנצע ווידיא וועט מען זען אויב די רב זאגט תורה. אויב עפעס וואלט איך געזאגט אז ער האט מחדש געווען דארט אויפן פלאץ עפעס א פשעטל! סאיז ידוע אז די משפחת התמרים איז געבענטשט מיט זייער קענען מאכו פשעטלעך אויפן פלאץ, ווי מפלעגט זען אלעמאל ביים רבין זי"ע.
נשלח ב-31/3/2006 00:33
אזוי ווי אסאך קענען נישט דאונלאודן די GOOGLE ווערסיע צו זען דעם שיינעם קליפ.
האב איך עס קאנווארטעד אויף א WMV פייל און יעדער קען עס זען.
און איך האב עס אויך ארויפגעשטעלט אויך רעפיד שעיר אז יעדער זאל עס קענען דאונלאודן.
מען דארף קודם אינסטאלן GOOGLE VIDEO PLAYER און נאכדעם קען מען דאונלאודן די ווידיאו פייל (נאר ווער עס האט נישט JNET ) עס וועט דאונלאודן די ווידיאו פייל אלץ א GVP פייל קליק אויף דעם GVP און עס וועט עפענען GOOGLE VIDEO PLAYER און ס'וועט עס דאונלאודן און עס סעוון אלץ א GVI פייל (געוועינליך אין די פאלדער MY VIDEOS/GOOGLE VIDEO ) און דערנאך קען עס יעדער (אפילו ווער עס האט JNET) עס זען דורך GOOGLE VIDEO PLAYER
צו דאונלאודן GOOGLE VIDEO PLAYER דארף מען נישט קיין JNET ווער עס האט נישט קיין JNET ווערט געבעטן ארויף צו לייגן די GVI פייל אויף יו סענד איט אז יעדער זאל עס קענען זען
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 27/03/2006 20:25:45
נשלח ב-27/3/2006 18:12
איך עגרי 100% מיט יענקעלע, די ווידעא'ס טוען ממילא גארנישט אויף, איך קען ענק אלע גאראנטיען, אז אפי' ס'זאל ארויסקומען א ווידעא ווי ר' זלמן לייב איז בועל אן אשת איש, אדער ליינט שמוציגע מאגאזינען, וועט ער נישט פארלירן קיין איין איינציג חסיד, די אלע זיינע חסידים וואלטן געטאנצן קדוש קדוש פאר א ציגעל אויב עס וואלט געמיינט צו ארלעדיגן ר' אהרן ט"ב.
אבי פארשעמען א איד?
תוקן על ידי - מקוה_איד - 27/03/2006 19:44:23
נשלח ב-27/3/2006 17:00
איך בין מוחה, המלבין פני חברו ברבים אין לו חלק לעולם הבא, ביטע נעמטס אראפ דעם קליפ,
נשלח ב-27/3/2006 16:52
ס'איז נאר א קורצע קליפ, אבער געב נאר א קוק. ר' זלמן בעט א סידור, און דער משתמש רירט זיך ניטאמאל.
ווי איז א ברעקל דרך ארץ?
דערנאך וואונדערט מען זיך אויף אונז אז מיר האבן נישט קיין דרך ארץ