בית פורומים כל העולם כולו

תימנ'ער גנב געכאפט אין בני ברק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2006 04:15 לינק ישיר 
תימנ'ער גנב געכאפט אין בני ברק

מוצאי שבת דריי אזייגער (ארץ ישראל צייט) איז איינער פון די סאטמארער קהילה וואס האט פונקט געהענדיגט זיין ארבעט אריבער נעבן די בנין הישיבה אין שיכון קרית יואל, מערקט ער אז איינער לויפט אוועק זיך באהאלטן.

ער איז גלייך געלאפן זעהן מי זה ואיזהו, כאפט ער דער נעבעכ'דיגער אומלעס חיים מרדכי יוזשעף (פייג) פון די פינף ראשי הקהילה פון איבער די פינף זאלי'ס אין בני ברק, וועלכער האט זיך זייעהר דערשראקן און אומפרעגנדיג האט ער קוים ארויסגעצאפלט פון מויל, נישט איך נאר דוד מאיר טאלער...

דער איד האט נאכנישט פארשטאנען וואס ער ציטערט אזוי און אויף וואספארא עוולה דער יוזשעף פארענטפערט זיך, און וואס לייגט ער אן אויף טאלער??? אבער ארויסגייענדיג דערזעהט ער די בענקל פון הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט שליט"א ווי עס ליגט אינדערויסן פון בנין הישיבה גרייט צו אפגעליפערט ווערן, און דורך וועמען? הערט און שטוינט: ער זעהט נישט קיין צווייטער ווי דער הרבני הנגיד ריכא בר ריכא דוד מ. טאלער דער הויפט ראש הזאלי'ס-ב"ב און באגלייבטער שליח פון בן פראדל, שטייט גרייט מיט זיין קאר מיט אפענע טירן צו אפנעמען דאס בענקל פונעם ראש הישיבה, און ליידער מיט זיין שלומזאלישקייט נעמט ער אויף דעם יוזשעף אליין אן די בענקל.......   
און פארט שנעל אוועק מיטן קאר...

דער איד האט זיך נישט געגלייבט וואס ער זעהט מיט זיינע אויגן, דער בן תימן וואס וויל זיין א איש מכובד און שיינער איד ביי די בני אשכנז, האט נישט בעסער וואס צו טהון דריי אזייגער פארטאג'ס נאר צו פארן גנב'ענען די בענקל פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר-אלעד און ראש הישיבה שליט"א, נעבעך נעבעך צו וואס שנאה און קנאה ברענגט צו, א דרייסיג יעריגער טאטע פון קינדער לאזט זיך ארויס פון שטוב אינמיטן די נאכט צוגיין אוועקכאפן א בענקל, זאגט איהר אליין איז דאס נישט נוסח תימן???

די בני הקהילה האבן געהערט צופרי די מעשה נורא, און האבן זיך נישט געגלייבט וואס זיי הערן, מיילא דער ח.מ. יוזשעף א פלענער רחמנות, ער האט דאך שוין א רעקארד פון מזיק זיין די נכסי הישיבה פון לאנג, צוליב דעם וואס די הנהלת הישיבה האט איהם געאסערט און איהם געווארנט אויפצוהערן צו שלאפן בין כותלי הישיבה. (נישט דא איז די פלאץ צו ארויסשרייבן פארוואס נעבעך ער פלעגט אפט קומען זיך לייגן שלאפן אין ישיבה..) דעריבער טאקע האט ער שוין עטליכע מאל צוגעכאפט און צובראכן נכסים פון די ישיבה.

לעצטנ'ס נאך וואס די זאלי'ס האבן איהם אויפגעהערט צו ארומשיקן נאך געלט פאר זייער כולל, (ווייל ער ברוב חכמתו פלעגט זיך ארויסכאפן די אמת'ע צאל פון די תלמידי הכולל, און פונקטליך וויפל פון זיי גייען נישט צו די געאסר'טע בחירות) האבן זיי איהם געגעבן א נייעם זשאב, נעמליך אויסצונוצן זיינע שלאפלאזע נעכט צוגיין גנב'ענען און מזיק די נכסי הקהילה, ווי אראפרייסן מודעות, צורייסן די בענקל פונעם ראש ישיבת מהרי"ט, אויפוועקן מענטשן מיט פאני-קאלס וכדומה. אבער דא האט זיך ארויסגעשטעלט א נייער שטוינענדיגער בילד אז אונטער דעם רחמנות שטייט א אנדערער רחמנות דער טאלער בן תימן וועלכער איז תופס אומנות "אבותיו" בידיו און נוצט אויס די נעכט אויף גניבות ונזקים, דאס איז החוטא ומחטיא את הרבים צוליב זיין תאוות הנקמה רייט ער אויף א אינגערמאן א רחמנות ער זאל איהם צוהעלפן מיט די שווארצע ארבעט, דאס איז דאך ממש לפני עור לא תתן מכשול, וויפל האט ער איהם שוין געקענט באצאלן פאר אזא שלומזלישע ארבעט ווען ער האט איהם נאך אויך אריינגעלייגט אין פעקל און אויפגעדעקט זיין אמת'דיגן "שווארצן פנים", אויף דעם שטיט סוף גנב לתליה.

אצינד ווערט שוין קלאר אין ב"ב פארוואס די ביידע גנבים טאלער-יוזשעף זעהט מען קיינעמאל נישט פאר די אויגן פאר צוויי אזייגער מיטאג "אז מ'שלאפט נישט ביינאכט שלאפט מען בייטאג".




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 03:10 לינק ישיר 

דארפסט נישט איבערשרייבן אין מיין נאמען. ווען איך וואלט געקלערט אז ס'איז וויכטיג וואלט איך דא אליין אריינגעשריבן...
אבער יעצט אז די האסט מיר צו דא בכח געשלעפט וויל איך דיר פרעגן: איז דען הנגיד המפורסם משעומם?? האט ער נישט וואס צו טוהן נאר גיין אין די נעכט אין גאנבענען בענקלעך?? זעהט דיר עס אויס ערנסט??? פארוואס מיינסטו ער איז א גנב? פארשטייסטו נישט אז ער האט פלעין געוואלט נעמען די בענקל אין עס איבערפירן צו זיין פלאץ אין בית מדרש?????? מיינסטו אז נעקסטע וואך וועט ער אויך שטיין א שעה צייט שמונה עשרה? ער מיז דאך האבן א זיץ פלאץ האט ער גענומען דעם ראש הישיבהס בענקל פאר דערוייל. ביז מען וועט פיקסן זיינע.


בכלל, האב איך געהערט אז יעצט און ספירה טעג ווען עס איז נישטא קיין שמחות הייבט ער אן צו ארבעטן אין דעליווערי (הובלות בלעז), סו, ווער עס גייט אריבער א הויז אדער א בית מדרש.. קען אים רופן און ער וועט אייך העלפן אריבערמוצאפן בדרך מכובדת ביותר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2006 20:41 לינק ישיר 

(גענומען פון ח.א.ס.)
א ניק מיטן נאמען "זלמנליב"שרייבט ווי פאלגענד:



זעהט איר וואס איך זאג: הערשי האלצער, די הויפט פון ארונים שטעלט אפ דעם טעראראר!!! דאס מיינט אז נאר די יונגע צוהעצטע קעפ טעראזירן און עס קומט אבסעלוט נישט פון די קאפ.

באטרא צוויי זאכן:
* די דארפסט זיך נישט איינהאלטן וועגן די קארט. עז איז קלאר אז עס וועט געווינען דער וואס וועט האבן די מערסטע געדולד און געלט... עס גייט זיך שלעפן לאנג און אפקאסטן שווערע געלטער. די שאלה איז אויב עס גייט מאכן סענס נאך וואס די עיריה וועט אנערקענען אז מענדל וואלערשטיין איז דער מן דאמר דא. צו וועט ער קענען טוהן זאכן וואס דער עוילם וועט ארויסגיין קעגן אים? אזוי ווי צו וועט ער קענען מחליט זיין פאר וועמען צו פארקויפן א דירה און פארוועמען נישט?? די רשימה איז שוין פארמאכט במילא... אין אן קיין ברירה וועט ער מיזן פארקויפן פאר זיינע אלא פיינט... אזוי אז אויסער ווער זאל ווייטער אנהאלטן די זאל, וועט ער גרויסע זאכן נישט קענען טוהן, און ווידער קומט מען צוריק צו דעם אז די גאנצע קריג איז צווישן טאלער און די מוסדות.

*די דארפסט פארשטיין אז די אלע טעראר האקטן וואס די אויבנדערמאנטע נעמען טוהען איז נאר צייטווייליג. עס דרייט זיך פשוט ארום א שמועה צווישן זיי אז ווער עס טערארירט און מיינט עס לשמה ווערט געהאלפן. אזוי אז עס איז ממש קורצווייליג און ממש באלד וועט נישט בלייבן ווער זאל עס טוהן.

ב"ה דוד יואל קליין איז א חתן געווארן מיט א גאלדענעם שידוך. (ער האט געווארט אביסל לענגער ווי בערל יאקאבאוויטש ווייל ער האט נאר צוגעקוקט ווי ער האט אויפגעפלאצט די רעדל, און נישט צופלאצט בפועל...)
א טייל דארפן יעצט געהאלפן ווערן מיט זש"ק , א טייל מיט פרנסה און נאך עטליכע שידוכים. און עס ווערט שטיל. Dont worry...

ד"א.
איך האב געהערט אז אויך מרדכי ווייס טאכטער האט אנערקענט און די סגולה. און זי טרייט אויך צו טעראזירן. מוצ"ש האט זי זיך אריינגעשמאגלט צווישן די מענער מיט איר קאמערע אין זיך גענומען כאפן בילדער פון די אינגעלייט און בחורים. סו זאג איר אז נישט דאס מיינט די סגולה. נאר מען דארף טעראזירן ממש. אזוי ווי איר חשובער שוואגער האט מוצ"ש ביינאכט געטוהן. גענומען די בענקל פון ראש הישיבה שליט"א... און דאס גלייכן. אבער וויבאלד א מיידל קען דאס נישט טוהן, זאל זי ארויפגיין צו הרב כץ און מאכן א שליח איר באליבטן שוואגער ,שליחו של אדם כמותו. והשם הטוב ירחם...
תוקן על ידי - jhhoruyr - 27/03/2006 20:44:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 05:33 לינק ישיר 

האבן די ארוינים עפעס געווינען היינט און ב"ב ? איך פרעג ווייל איך זעה יוסף90 שרייבט דאס

(זיך האלטענדיג צו די פאליסי פון נישט מעלדן קיין איינצלעהייטן פון די געריכטליכע שריט און בני ברק, וועל איך נאר מעלדן בקצרה אז די "עירייה" און משה חיים ווייס האבן היינט געליטן א געשמאקן דורכפאל, ווען דער ריכטער האט אפגעווארפן זייער טענות)

זעה איך פון זיינע טייערע ווערטער אז עפעס א געווינס האבן די ארוינים געהאט היינט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > תימנ'ער גנב געכאפט אין בני ברק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext