"מארק" האב איך נאך אדורכגעמאכט מיט שווייס, כ'האב געזוכט אין אור-אלטע ווערטערביכער, כ'בין זיכער געווען אז מען רעדט נישט פונעם דייטשן מארק, ראשית ווייל ר' יאנטל ע"ה האט פיינט געהאט די דייטשן, שנית עס קלעבט נישט אזוי די פראזן, אלא מאי מוז עס מיינען א גרויסער ליידיגער פלאץ אין צענטער פון שטאט ווי יעדער קומט זיך צוזאם מיט זיין סחורה צום פארקויפן. שוין בין איך ארויס מיטן לעבן.
גיי איך ווייטער. ווינקל. ווינקל? מה זאת? כ'ווייס נאך אלס נישט!
און דו ווילסט נאך איך זאל וויסן וואס "יריד" באדייט? איך האלט נאך ביי ווינקל.
כ'דערמאן זיך אז כ'האב אמאל געלערנט יו"ד הלכות ע"ז און ס'איז דארט פארהאן א גאנצער סימן וועגן א יריד, אפשר האסטו עפעס אן אהנונג פון וואס מען רעדט? א חרם אויף חסידים האט מען פארצייטנס אויסגערופן ביי א יריד אין זעלווא, ממש איך גיב זיך נישט קיין עצה וויאוזי צו לערנען פשט, וואס מיינט באמת יריד? אין חדר פלעג מען דערציילן אז דער ערשטער קארלינער רבי אהרן הגדול זי"ע האט געמאכט 84 טויזנט בעלי תשובה אויף ירידים, והדרא קושיא לדוכתא, מאי יריד?
טייל אונז עטוואס מיט פון דיין חכמה וואס דו האסט אקארשט איינגעהאנדלט אין מדינת ישראל.
אל תמנע טוב מבעליו.
זעה צו נוצן בלויז פילטערד אינטערנעט אויב נישט קען מען חלילה צוקומען צו ציוניסטישע וועבסייטס.
פארגעס נישט דעם עיקר: וואס מיינט יריד?
נשלח ב-27/3/2006 17:23
נבוכד
דיין זיס טעכטערל שתחי עמו"ש ווייסט וואס'מיינט א יריד?
ודרך אגב
דו ווייסט יא?
סתם כ'פרעג
נשלח ב-27/3/2006 17:02
געבענטשט זענען די הענט וואס טוען אליין.
סוף דריטן קאסעט, תשובה.
ס'איז אזוי זיס, כמעט אלע וויצן זענען נאך אלס רעלעוואנט.