בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

א שבת מיט אחינו יוצאי תימן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2006 17:16 לינק ישיר 
א שבת מיט אחינו יוצאי תימן


ביי וועם איך בין איינגעשטאנען גייט אריין אין ביהמ"ד און איך גיי נאך עם, איינער דארט האט זיך אויפגערעגט אויף מיר און געמאכט אזוי מיט די האנט, קודם האב איך נישט פארשטאנען וואס ער וויל, אבער ווען ער האט איבער געמאכט נאכאמאל מיט די האנט האב איך שוין געכאפט.
ביי זיי גייט מען אריין און שול מיט אזא מין בייג כאילו כבוד פארן ביהמ"ד, און אזוי אויך ארויס (אזוי ווי להבדיל די כינעיזער / יאפאנעיזער געבן זיך א בייג פאר זיי הייבן אן א פייט)

פרייטיג צונאכטס שטעלן זיי זיך דאווענען פארן זמן פון שב"ק.

מנחה האט מען מיר מכבד געווען, אבער איך האב געזאגט איך קען נישט די תימנ'ער נוסח, און צום סוף האב איך געטראכט נאך א מזל כ'האב נישט געדאווענט פארן עמוד, ווייל זיי זאגן דארט עפעס קאפיטלעך וואס איך האב נישט אנגעהויבן צו פארשטיין.

דאס דאווענען נעמט היבש לאנג, דאס גאנצע קבלת שבת זינגען זיי, און דערנאך זינגען זיי בר יוחאי, א יונגעל זינגט פאר און דער עולם זינגט דערנאך נאר די בר יוחאי פזמון.

אויף א "ג" זאגן זיי אזוי ווי א G איך האב געלאכט אינדערשטיל פשוט ס'איז מיר געווען פאני.

א חולם זאגן זיי אזוי ווי ביי אונז א סגול, לכה דודי איז געווען זייער שיין, און קודם האב איך נישט געכאפט וואס זיי זאגן דארט אנשטאט "נקבלה" שפעטער האב איך צוגעשפיצט מיין אויער בעסער האב איך געזעהן זיי זאגן טאקע "נקבלה" באט מיט א אנדערע מין ניקוד.

נאכדעם לערנט פאר א יונגעל במה מדליקין איין חלק, און די צווייטע חלק א צווייטע יונגעל.

ביי מעריב איז שטיל ווי א פיש נאר קר"ש זאגן זיי צוזאמען. איך האב געווארט זיי זאלן זאגן צוזאמען אויך ושמרו, באט זעהט אויס זיי זאגן עס נישט צוזאמען ווייל איך בין געבליבן מיטן ווארטן.

שפעטער זאגט מיר איינער אז נישט יעדער דאווענט מעריב און די זאכן וואס מ'זאגט נאך שמ"ע נאר דער חזן איז מוצא דעם עולם.

איך פרעג ביי מיין בעל אכסניה ווען שטעלט מען זיך דאווענען שבת צופרי? זאגט ער 6:45 פרעג איך עם עס איז נישטא פריער? ער האט געלאכט, ער ווייסט אז ביי אונז דאווענט מען שפעט שבת.

שבת צופרי האט מען זיך געשטעלט 6:45 (מנהסתם) איך בין אנגעקומען 7:35 בערך האט מען פונקט אנגעהויבן צו ליינען, סא ווי אזוי זיי דאווענען שחרית ווייס איך נישט.

דאס ליינען נעמט קנאפע 3 שעה, יעדער וואס איז עולה ליינט די שטיקל ווי ער איז עולה, און פסוק ביי פסוק זאגט א יונגעל הויך איבער די תרגום, (ביי מיר האט א צווייטער געליינט) אזוי גייט די גאנצע ליינען א פסוק חומש, און א פסוק תרגום.
דערנאך האט מען געליינט פר' החודש, פר' האט מען נישט געזאגט קיין תרגום, באט ביי די הפטורה האט מען יא געזאגט די תרגום.

נאכן ליינען זאגט מיר דער גבאי, עכשיו שותים קפה, איך גיי ארויס מיט יעדן צו א צווייטער צימער, ס'איז אנגעגרייט דארט טישן מיט צובייס, און יעדער מאכט זיך א קאווע, און ווען יעדער איז שוין דארט מיט א קאווע נעבן זיך, מאכט איינער קידוש.

ביי זיי רופט מען נישט אויס די מולד, און איך ווארט מען זאל אנהייבן צו בענטשן ר"ח און גארנישט, איך הער ווי די חזן זאגט, און קיינער זאגט נישט מיט, איך ווארט און איך ווארט מען זאל אנהייבן, און פלוצלינג הייבט מען אשרי, איך פרעג איינעם וואס איז געזעצן נעבן מיר אויב ביי אייך בענטשט נישט יעדער ר"ח? זאגט ער ניין, נאר דער חזן זאגט אנשטאט יעדן.

מוסף איז אויך געגאנגען גאנץ שנעל, עפעסזינגען זיי דארט כ'האב נישט געכאפט וואס (נישט אנעים זמירות).




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 01:39 לינק ישיר 

דיינע תימנער חברים זענען ארויס פון תימן מיט מרבד הקסמים? אדער מיט קרית יואל טרעוול?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 20:12 לינק ישיר 

זייער נוסח איז זייער אינטערסאנט, איך געדענק זיי נאך פון די יונגע יארען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > א שבת מיט אחינו יוצאי תימן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext