ר' אביגדור איז איינער וואס האט שטארק משפיע געווען אויף דעם אמעריקאנעם סאטמארן אינגערמאן
וואס איז א מתחיל אין השכלה, איז נישט מער ווי רעכט אז א פארום וואס רעדט צו דעם דאזיגען
קרייז פון חסידישע אינגעלייט וואס שרייבן און רעדן אידיש, זיכענדיג צו טראכטן, זאלן דעבאטירן
און איבערשמועסן זיינע שיטות און השקפה יסודות וואס דער מענטש האט געשאפן און געפרעדיגט.
נשלח ב-6/4/2006 09:10
בילבו,
דיין שרייבען [אפשר דו נישט] האט מיך פאלש פארשטאנען. דאס איז געגען דיא גיזעצען פון עצכח צו בארעדען א מענטש און נישט די זאכליגקייט פון זיינע דעות. איך האב נאר באמערקט אז דאס וואס ביי די געלעגענהייט פון באשפרעכען זיינע דעות איז אויך דא אן אינטערעס איהם מגדיר צו זיין, קומט פון דעם ווייל א חלק פון דעם עוילם דא איז אינטערעסירט אין די ענטוויקלונג צו אופענקייט אין דעם חרדישען יודענטום.
נשלח ב-6/4/2006 01:51
איך זעה אז א צווייטער האט שוין געפענט אן אנדערען אשכול דורך צוטוען אן אנדערען צדיק צו ער איז געגאנגען במסורת אבותינו הקדושים. עמיר גיין זעהן וואס דארט טוט זיך.
נשלח ב-6/4/2006 01:04
Yes, I agree with my friends here (Veto1, David, and that poor guy at the door). I think the purpose of this eshkol was misunderstood. And maybe AMZ1750 cried (well, almost…) for no good reason.
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
The eshkol was not opened to talk about torah and opinions, but to discuss RA''M as a person without going into hard-core thinking, as AMZ demanded. That's too hard for us. So we will just discuss the person
And I think we should do more of this. I think we should discuss tzadikim and rebbes. Not only their opinions and chidushy torah- but their ''funny'' parts, the parts where they were unique and different than others. And compare and analyze. I think that will increase kvod shamaiyim. Isn't that our only goal with this discussion? Sure
I think youwould all agreethat it is very important that this should be discussed
Yes. Yes. Bring it on and let us do it
Mee lashem eily
נשלח ב-5/4/2006 17:45
באראפארקער די שרייבסט, ר' אביגדור פלעגט נישט מאריך זיין בדרוש וועגען עבולוציע, בעיקר פלעגט ער נאר דערמאנען אז עס איז פאלש, וכו' וכו'. הא תינח אין די לעצטע הונדערטער טעיפס, אבער און די ערשטע פאר הונדערט טעיפס צוברייטערט ער די שמועס איבער די טעמע און ווייזט אויף די שוואכקייטען דערפון מיט א קלארקייט, און נישט נאר סתם דערמאנען אז סעאיז פאלש. ער האט געהאלטען זיינע שמועסען פאר אן עולם וואס האט גארנישט געהאט מיט אידישקייט און ער האט מיט זיי אנגעפאנגען מיט אלף און שפעטער ווען זיי האבען שוין געקענט די נושא האט ער דאס נישט געדארפט איבערקייען נאכאמאל.
נשלח ב-4/4/2006 22:23
העניך'ל אויסרומען מנדלסון איז איין זאך, און הייסען לערנען זיינער ספרים איז א צווייטער זאך. דאס אז מנדלסונס חידושים זענען גארנישט געפערליך, דאס ווייסען אלע וואס האבען געקוקט און זיין ספר ובתוכם דער הייליגער חתם סופר. ביודעי ומכירי קאמינא וואס האבען געקוקט זיין ספר און האבען נישט נאר נישט געזען שלעכט נאר געזען גאר שיינע אידישע געדאנקען. אז ר' א"מ האט געהייסען לערנען זיינע ספרים דאס איז א חידוש, ווייל ער האט גאר ווייניג ספרים רעקאמענדירט, טא פארוואס עפעס זאל ער הייסען לערנען זיינע ספרים? איך האב גענוג זאכען צו גלייבען איידער איך וועל דאס גלייבען אן דעם וואס איך הער דאס אליינס אויף טעיפ. עס איז קלאר אז עס איז דא כמה וכמה וואס ווילען אהערשטעלען ר' א"מ כאילו ער האט אפגעלאכט פון חז"ל און זיי וועלען זעך אנכאפען אויף יעדעס ווארט וואס איז משתמע לתרי אנפין.
א טעיפ נומבער האב איך נאך אלץ נישט.
נשלח ב-4/4/2006 15:51
מענדלסאן איז נישט געווען אזוי אפגעפרעגט ווי מען מיינט היינט. זע דער הקדמה פונעם זון פונעם בעל תפארת ישראל אויף זיין טאטע'נס פירוש, וואו ער לויבט אויס מענדלסאהן' מיט סופערלאטיוון. זע אויך דעם ספר "מנחמיה עד עתה" וואו דער היינטצייטיגער אולטרא אורטאדאקסישער מחבר שרייבט, אז מענדלסאהנס צילן זענען געווען ענליכע ווי די פון רבי שמשון רפאל הירש'ן נאר פאר אים איז עס נישט געלונגען.
נשלח ב-4/4/2006 15:00
לגבי מענדלסאן, האב איך געהערט מער ווי איינמאל, און צר לי אז איך ווייס נישט קיין נומער
פון קיין טעיפס ווייל איך בין דארטן געווען בשעת ער האט דאס געזאגט, ווי ער רומט אים
שטארק אויס מיט התרגשות'דיגע הערצה אלס איש מורם און גרויסע חסיד ועובד ה' וואס האט זיין
לעבן מקדש געווען פאר פעלים לתורה, און ער זאגט אז זיין איינציגער עבירה וואס האט אים
ארויסגעלייגט מחוץ לגדר היהדות, איז זיין חטא פון זיך נישט רעכענען מיט גדולים פון זיין
דור. און גראד נאכדעם האט ראביי מילער אנגעהויבן צו רעדן איבער די גדלות פון די גדולים פון
היינטיגען דור ווי ר' משה טייטלבוים פון סאטמאר און ר' שלמה הלבערשטאם פון
באבוב....
אני הקטן ווייס נישט וואס דאס מיינט!
תוקן על ידי - העניך7 - 04/04/2006 15:39:30
נשלח ב-4/4/2006 14:53
גם אני מצטרף נישט שרייבן קיין ענגליש דא,
עס איז דא א חרם פון חתם סופר אויף זיך באנוצען מיט דעם גויאישן שפראך.
עני בפתח און דיין ערשטען ענטפער צו מיר, רופסטו מיך טייערער 'גלייבער אין קלוגע'. דעם לעצטען מאל דריקסטו דיך אויס טייערער גלייבער אין חכמים. מה נשתנה? דער חילוק איז אזוי. צום אנטפאנג האסטו דיך ארויסגעגעבען אז די ביסט נישט פון די וואס באזיצען אמונת חכמים, (און דאס איז דאך דער אמתער בליק וואס די האטס געוואלט ארויפווארפען אויף ר' א"מ) האסטו דיך באנוצט מיט לשונות של לצון, אבער לכאורה האסטו דערשפירט אביסל היץ, האסטו געטוישט.
נשלח ב-4/4/2006 05:32
עני בפתח
א) איך האב אייך נישט קריטיקירט אז איר זענט א דורש לגנאי ר' א"מ. ס'איז נאר את המציאות אני מקיים. די סיבה פארוואס מען איידענטיפייט ר' א"מ מיט הכרת הטוב איז ווייל ר' א"מ לויט זיין שטייגער האט ערקלערט די טאג טעגליכע געניצטע ווערטער, וואס % 100 פונעם עולם טראכט נישט אריין דערין פאר קיין איין סעקונדע, אז מען זאל דאס פארשטיין. אז איינער האט געלערענט אין חובת הלבבות אז מעדארף מכיר טוב זיין האט ער נאר געדענקט די ווערטער אבער עס האט ביי עם גארנישט געמיינט, ווייל ער האט לכתחלה נישט געטראכט וואס די ווערטער מיינען. ר' א"מ האט דאס מסביר און ערוועקט דעם עולם אז מעזאל אריין טראכטען אין די ווערטער. אין קורצען - 1) הכרת הטוב איז אייביג געווען א עיקר און יא געווען אנגענומען אינעם אולטרא פרימער חרדישר וועלטאנשאוינג. 2) ר' א"מ האט דאס שיין מסביר געווען און צעלייגט פארען עולם.
ב) 1) ביטע זא קלאר איז איך גלייב אייך נישט אז ר' א"מ האט געזאגט אז מען זאל לערנען זיינע ספרים.לויט וויפיל איך האב געהערט האט ער נישט רעקאמענדירט צו פיל ספרים, דעריבער שטימט נישט צוזאגען אז ר' א"מ האט געהייסען אז מען זאל לערנען זיין ספר. אויב קענט איר, ביטע אינפארמירט מיך וועלעכעס נאמבער טעיפ דאס איז. (אויב עס איז דא אזא טעיפ) 2) איך האב נישט צוזאמען געשטעלט די ווערטער וואס איך געשריבען וועגען דעם הייליגען חת"ס אונטערען זעלבען ענטפער וואס איך האב געגעבען קודם, טאקע וועגען דעם אז איר זאלט נישט ארויס טייטשען וואס איר האט יא ארויסגעטייטשט. איך האב נאר צוגעלייגט, אז בדוחק, אויב איינער האט יא געליינט זיינע ספרים, איז לויט דעם דערמאנטען חת"ס נישט דאס ערגעסטע ווייל דער חת"ס האט דאך אויך נישט געזען געפערליכס אונעם ספר. עס קוקט מיר ענדערשט אויס אז די ווילסט דא אהער שטעלען עפעס א געוויסען בליק וויאזוי מען זאל קוקען אויף ר' א"מ, (ודי בזה). און טאקע וועגען דעם האב איך גענטפערט אויף דיין ערשטען קאמאנטאר. דער לעצטער שורה זאל אויך דינען אלס אן ענטפער אויף amz1750.
נשלח ב-4/4/2006 04:23
טייערער גלייבער אין חכמים
אוודאי געוווס איז חסידות אייגענארטיק אוודאי געוווס האט חסידות געטוישט פינעם ביז דעמאלסדיגען מסורה. נאכאמאל וויל איך ארויסברענגען אז איך האב נישט געמיינט דורש צו זיין לגנאי אדער לשבח ס'איז נישט מער ווי את המציאות אני דורש ביטע פארענטפערט אים ניט במקום ס'איז קיין מקשן נישט פארהאן.
איר זאגט אז דער חת"ס האט געזאגט אז ער האט געמאכט חורבנות, אעפ"כ האט רב מילר געהייסען לערנען זיינע ספרים. אין איר זעהט אין דעהם איין ליניע? איך העט געזאגט אז אייער ליבשאפט צו רב מילער האט מקלקל געווען אט דעם ליניע אייערער.
נשלח ב-4/4/2006 04:05
Sweetest Amz
You write in English and I'll respond likewise. Sure there is room for discussion about each and every one of his Shitos in detail but if we will start discussing the pros and the cons of say, is there any evidence for evolution or is it a total farce, I would humbly suggest that we shouldn't name the Eshkol 'Rabbi Miller'. I think that an Eshkol by this name is meant to be a discussion about who and what HE was and not so much on philosphising the pros and cons of individual ideas of his.
Please understand that my observation on his not being 'in line' with the other Gedolim wasnt meant to criticise nor condone, it was a pure objective observation of fact. An observation that i still think is one of his main characteristics.
Some other commentators here argue that Hakaros Hatov is a trait that is accepted and preached the world over so that i shouldn't see it as unique to Rav Miller.
Let me answer by an analogy, Take R' Shlomo Carlebachand his preaching of love for a fellow jew. (no no I'm not trying to compare these two i'm just using it as an analogy) Will you agree that we can charaterize R' Shlomo as unique in his preaching such? Although Ahavas Yisroel is something that all the Seforim will write about and somehting that R' Akiva set as the foundation of the Torah there was still something different the way R' Shlomo made it the cornerstone of his philosophy of life and of yiddishkeit.
But by far the most iconoclastic and conterevrsial aspect of his approach was his debate with the Kofrim. Instead of just cajoling his listeners to simply push away such 'bad' thoughts, he took on the issue in its face by debating it on its merits and trying to prove rationally how utterly it fails logically (emphasis on 'trying')
.
נשלח ב-4/4/2006 03:33
Dovidel my dear
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
If you have any opinion of RA''M which you would like to discuss please bring it up. I will try to take care of it. Fire away.
Although I know little about rabbi miller I did learn other sifry mussar and hashkofo . So I can try- I am sure there are others that can help too
I heared that rabbi miller took questions after every shiur (yes??) so it shouldn't be a problem for his neshomo boilom hoelyon if we will discuss, verify, and challenge his divry chachumim
But, again, I don't know of any subject from which to begin
so what bothers you? Thank you
נשלח ב-3/4/2006 17:52
amz1250, דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, אבער דו דארפסט פארשטיין אז די וואס טראכטן שוין יא פונעם אולטרא-ארטאדאקסישן ציבור, איז דער חתם סופר'ס מליצה "חדש אסור מן התורה" נר לרגליהם, און די ראמען ווי ווייט זייערע מחשבות לויפן, זענען ערגעץ וואו ביי די גרעניצן פון חדש און ישן. וויבאלד אזוי, איז וויכטיג ביי יעדן שמועס איבער סיי וועלכן ענין פון השקפה וכדומה, עס איינצואוויקלען אין א דורכדרינגענליכער חקירה וואו אויף דער וועלט דער שמועס שטייט - ביים אלטן חדר, די אזוי-גערופענע "מסורה", אדער עפעס חדש'דיג און טריף.
איך ווארט שוין א שטיק צייט אז ס'זאל דא אפיר קומען איינער וועלכער האט אדורכגעטאן די ספרים פון הרב מילער כדי איך זאל מיך קענען אביסל צעשמועסן מיט אים, אבער דערווייל האבן די גרויסע חכמים פון דעם פארום און די אזוי-גערופענע "תלמידים" פון רבי אביגדור'ן, נאכנישט געפונען די פאסיגע צייט זיי אדורכצולייענען. אבער צו דעבאטירן ווי זיינע שיטות שטייען זענען זיי יא דא. גיי פארשטיי...