געשריבן דורך עמיצן וואס איז שוין נחסם געווארן
שומו שמים והזדעזעי ארץ..... איך ער יעצט טאקע אז סאיז אמת די מעשה וואס מען האט דא אראפגעברענגט. די מעשה פאנגט זיך אן אזוי: עס איז דא א חשובע פרוי אין שיכון סאטמער וואס הייסט מרת א. נאך לאנגע יארן זענען איר געבוירן 3 קינדער אין דעמאלס איז ל"ע איר מאן נפטר געווארן איבערלאזנדיג א אלמנה מיט 3 פיצלעך קידער. די פרוי האט מיט שווערע הארעוואניע און מיה מגדל געווען אירע 2 טעכטער אין זיהן לתפארת ממש. ווען די ערשטע טאכטער איז געקומען לפרקה האט זי גענומען אלס איידעם ר' יואל ב. וויבאלד משפחת מ. וו. האבן געוואינט אין די בנין פון מרת א. האבן זיי זיך געפילט גאנצא מחותנים אין זיי זענען געווען שאקירט אז זי האט גענומען א ארוינישע בחור , ווייל זיי זענען געווען זיכער אז זיי וועלן קענען אריינריקן א זאלישע באם. אבער דאך האבן זיי זיך געטרייסט אז כאטש ביים צווייטן טאכטער וועלן זיי האבן א שליטה אריינצוריקן א זאלי.. אין דאן שוד ושבר, די טאכטער, די נעיבער פון טיר קעגן איבער, די בעבייסיטער פון די קינדער איז א כלה געווארן... אן די וויסן פון משפחת טאלער און וו. אין מיט וועמען??? בעסער פרעגט נישט... מיט ב. י. יא יא , דער וואס האט צופלאצט די רעדלעך פון טאלערס קאר א שעה נאך וואס טאלער האט געשיקט רייסן דעם ראש הישיבה'ס בענקל... די קלאפ פאר משפחת וו. / טאלער איז געווען גרויס... אין זיי האבן מחליט געווען זיך נוקם זיין אין די אלמנה וואס איר איינציגע זינד איז אז זי האט גענומען איידעמער מבחירי הישיבה בבני ברק...
פאר עטליכע טעג האט דער איידעם ב. געקלינגען צו זיין חבר יואל ע., א זאלוני צו פאדערן א חוב וואס ער איז אים געווען שילדיג. דער ערנטאל וואס מן הסתם האט נישט צופיל שכל האט געהאט א מיסטייק אין זיך איינגערעדט אז עס איז אן אנדערן יואל ב. (דער גבאי אין ירושלים) אין האט זיך גענימען דערציילן אז טאלער מיט כץ האבן אים געהייסן צו באשטעלו די גארדס אין פארשפארן די בית מדרש פורים ביינאכט.. ווען ער האט זיך געכאפט די מיסטייק איז שוין געווען צו שפעט... ער האט גערעדט צופיל... טאלער האט עס נישט געקענט פארגעבן ערנטאל... און די גאנצע כעס איז געוורן קעגן ב., זאגנדיג אז ער האט אויסגענארט ערנטאל כדי ארויסבאקומען פון אים ווער עס האט אים געשיקט צו פארמאכן דעם בית מדרש...
יעצט, ווען מען האט צובראכן טאלערס זיץ פלאץ אין בית מדרש אין אלעס וואס פאסירט ווארפן זיי אויף ב. י. (אויך דער שטריימל וואס דוד מאיר טאלער האט פארלוירן האבן זיי געשוואוירן אז יאקאבאוויטש האט עס גענומען טראץ ער איז יענער שבת נישט געווען אין בני ברק) איז געווארן צופיל פאר טאלער, אז ביידע איידעמער פון די אלמנה טויגן צו פייטן מיט טאלער דאס איז פאר זיי געווען צופיל.. האט די נארישע ווייב אויפגעהויבן א טעלאפן צו די יונגע ווייבל 2 וואכן נאך א חתונה בארעדן איר מאן.. די ווייבל האט איר אראפגעהאקט די טעלאפן... נישט וועלנדיג רעדן צו איר נאך וואס די גאנצא תקופה פון אלס כלה האט זי איר געפריווט איינרעדן אפלאזן די שידוך... האט די אכזריותדיגע טאלער אויפגעהויבן א טעלאפן צו די אלמנה, אין מיט קולות וברקים בארעדט איר איידעם יואל אין איר פרישן נייעם איידעם... ווי אויך האט זי בארעדט איר איינציג באליבטן זיהן וואס זיין חט איז אז ער לערנט ביי ר' חיים הערש אין ישיבה... זי האט געשריגן אין געשאלטן אז אויב זי וועט נישט זארגן אז איר מאנס בענקל וועט ווערן געפיקסט.. שווערט זי אז יואל ב. וועט נישט האבן א דירה און שיכון קרית יואל... ווי אויך פאדערט זי אז די 2 איידעמער מיט די זוהן זאלן איבערבעטן איר מאן דעם בארימטן טאלער.... איך האב דעם מעשה געהערט פון א נעיבער אין דעם הויז וואס איז געווען ביי די אלמנה אין הויז בשעת מעשה, אין מיט פארוויינטע אויגן דערציילט ווי ברוטאליש דאס איז געווען. שטעלט אייך פאר, ווי אזוי האבן נישט געציטערט די הענט פון א בת ישראל אויפהייבנדיג א טעלאפן וויי טוהן אן אלמנה אין בארעדן אירע אייגענע קינדער .........
אוי אוי,,,, נאר דער דיין אלמנות וועט קענען צוריקצאלן פאר אזא שוידערליכע שריט------------
 |
|
|