איך שעם מיר צו פרעגן אזא שאלה, אבער אזוי איז די מעשה אין איך קען מיר נישט ארויסדרייען.
איך בין היינט אויפגעשטאנען זייער שפעט, מיין טלית ותפילין ליגט אין ביהמ"ד קעסטל. ווען איך האב מיר אויפגעכאפט האב איך באמערקט אז איך וועל שוין נישט האבן קיין צייט צי גיין אין ביהמ"ד דאווענען. אין איך מוז זיין אין ארבעט באצייטענס, אז נישט איז אחת דתו.
האב איך מיר געשטעלט דאווענען אזוי אן א טלית ותפילין. איצט איז מיין שאלה - צי הייסט דאס געדאווענט? מעג איך ארומגיין אזוי א גאנצן טאג? ארבעטען-עסען וכו' פאר איך האב געלייגט טלית ותפילין? (איך וועל נישט קענען לייגן פאר שפעט נאכמיטאג) אין וואס דארף איך זאגן ווען איך לייג עס שוין יא? ביטע ענטפערען יישר כח.
די שאלות וואס ווערן געפרעגט אינעם אשכול, זענען גאר אנדערש ווי דאס וואס דער קעפל פרעגט.
עס הייסט געהעריג געדאוונט, מ'מעג געהעריג עסן, מ'דארף נאר זיכער מאכן איבערצוליינען קר"ש מיט די תפילין, כדי נישט צו זיין ח"ו קיין "הקורא קר"ש בלא תפילין".
בנוגע דעם קעפל איז דער ענטפער, ניין, דו הייסט נישט קיין אונס.
על פי הלכה דארף מען פאר א מצות עשה אוועקגעבן א שליש פונעם פארמעגן, און דו האסט דערלייגט די מ"ע פון תפילה בציבור - ונקדשתי בתוך בני ישראל.
איך בין זיכער אז אויב דו וואלסט געהאלטן ביים פארלירן אפילו נאר א צענטל פון דיין פארמעגן וואלסטו זיך ערלויבט צו פארפעלן פון דער ארבעט, און דיין בעה"ב וואלט דיר זיכער פארשטאנען.
נשלח ב-30/3/2006 20:08
טראכט
נאך זמן קריאת שמע איז זאגען קר"ש פונקט ווי א קורא בתורה סתם עס איז נישט דא קיין שום חיוב צו ליינען נאכען זמ קר"ש.