בית פורומים שיעור עיון

בחנוני נא בזאת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/3/2006 18:28 לינק ישיר 
בחנוני נא בזאת

שלום לכם אהובים יקרים!

דער פורום רופט זיך טאקע "שיעור עיון", אבער עס איז נישט מער ווי יושר אז מען זאל דא אריינווארפן אביסל גרינגערע זאכן, אינטערסאנטע ידיעות און ענינים וואס פארווארפן זיך אין די הייליגע תורה.

דער דאזיגער אשכול וועט גיין בדרך שאלות ותשובות, [אויף ענגליש וואלט זיך דאס גערופן "טריוויע"], פארהערן דעם עולם אין ידיעות התורה. איך האף אז עס וועט זיין לתועלת להגדיל תורה ולהאדירה (ישעי' מ"ב, כ"א, תוספות ב"ק ב' ע"א), ובבחינת קנאת סופרים תרבה חכמה (ב"ב כ"א ע"א, כ"ב ע"א), תלמידי חכמים (?) המחדדין זה לזה...(שבת ס"ג ע"א). ורבה נמי לחדודי לאביי הוא דבעי (ברכות ל"ג ע"ב).

איך וועל אנהייבן מיט דריי שאלות, און ווער עס וועט ענטפערן אויף רוב פון די שאלות (סך הכל: 2..) וועט האבן די געלעגנהייט ווייטער צו פרעגן (אויב ער וויל).

דער שואל ווערט געבעטן צו לייגן נאר שאלות צו וואס ער אליין ווייסט דעם תירוץ, אזוי ארום וועט ער דאס קענען פארענטפערן אויב קיינער מעלדט זיך נישט ביז א טאג צוויי.

עס איז דירעקט באזירט אויף ידיעות, און נישט אויף הלכות, ביטע זיך האלטן צו די פארשריפטן.

איז יעדער מסכים צו די פארשלאגע?

אלרייט - שתיקה כהודאה - איך וועל ביז אייניגע מינוטן ארויפלייגן די ערשטע דריי שאלות.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 10:03 לינק ישיר 

אלוועיס

האסט גוט גענטפערט " פסח שני" פסח ראשון האט איהם אויף געגעסן

אם סארי איך האב דיר נישט קאניפרימירט, דו קריגסט 100

שרייב מיר באישי טאמער דו דארפסט א תעודה פאר דיין מאמי.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-9/6/2006 05:47 לינק ישיר 

עולם-מלא

די מחזור הייסט מחזור המשובח, עס איז א ניי ערשינענע זאך, פון הוצאת עטרת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2006 16:25 לינק ישיר 

באטשי
האסט געשטעלט א שאלה מיט א צענדליג טעג צוריק:
"וועלכע מסכת אין בבלי פעלט אונז היינט? (הינט: סאיז איינגעשלונגען געווארן דורך אצווייטע מסכת)"

אבער קיין תירוץ האסטו דערווייל נישט געגעבן, איך הייב אן מורא האבן אז דו אליין בכבודך ובעצמך האסט גאר געלייגט א האנט דערויף, און עס קען גאר זיין אז דו רופסט דיך גאר "מסכת" און דאס איז די צווייטע מסכת וואס האט דאס אזוי בייזוויליג איינגעשלינגען.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 07:46 לינק ישיר 

אבזרווירער (איך וויל באמת נישט פארדרייען די נושא כ'גלייב אבער נישט אז מ'זאל דערפאר עפענען א נייער אשכול שרייב איך עס דא) לויט "בר אילן" איז נישט דא נאר דער ב"י וואס איך האב אראפ געברענגט פון דארט און עס גייט ארויף אויף שבת איך ווייס נישט אין וואספארא מחזור די דאווענסט אבער איז דאס א פירוש אדער א ליקוט לענ"ד פארשטיי איך נישט (אויב נישט לגבי שבת) מיט וואס איז צוויי מאל מער ווי איין מודע אויף יחוד מלכותו...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2006 18:37 לינק ישיר 

לחייםאידן

פון א טעכנישן שטאנדפונקט איז דיין ענטפער נישט אויסגעהאלטן, ווייל "דעתותבונה" שרייבט בזה"ל: ווען קען אויסקומען ווען מען ליינט אינדערוואכן מאנטאג און דאנערשטאג די פרשת השבוע, אז מען זאל נישט אנהייבן פון פאר שני, נאר אינמיטן די סדרה?

און... תשעה באב קען נישט אויסגעפאלן אין א מאנטאג! (דעתותבונה, קומענדיגע מאל זיי מער מדייק דיין לשון).

באטשי - עולם מלא

איך האב זיך מטריח געווען פאר אייך/מיר, אראפגענומען דעם מחזור'ל, און איך בין מעתיק דעם לשון דערפון: נוהגין לומר ה' מלך בעמידה, והטעם הוא לפי שנמצא באגדה: מלאך אחד עומד שחרית באמצע הרקיע ופותח ואומר ה' מלך ה' מלך וכו', וכל גדודי מעלה עונין אחריו עד שמגיעין לברכו, וכשם שהמלאכים אומרים אותו בעמידה כך אנו ראויים לאמרו בעמידה. - והטעם שנהגו לכפלו, כדי להודיע יחוד מלכותו (ב"י) עכ"ל פון מיין מחזור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2006 09:01 לינק ישיר 

אויב מיינסטו דעם ב"י
בית יוסף אורח חיים סימן נ אות א ד"ה וקבעו לשנות
ויש מקומות מסדרין אלו המזמורים בסידור אחד ומוסיפין מזמורים אחרים ויש מקומות מתחילין אחר הודו לה' ה' מלך ה' מלך וכן מנהגינו ונהגו לכופלו בכל ספרד ונראה הטעם להודיע ייחוד מלכותו בשבת ליום שכולו שבת
און דאס ווערט שוין געברנגט און אבודרהם
ספר אבודרהם שחרית של שבת ד"ה הודו לה'
וכופלין ה' מלך ה' מלך כדי להודיע יחוד מלכותו בשבת ליום שכולו שבת

דעמאלט נלפע"ד אז דאס איז נאר א טעם פאר שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 01:09 לינק ישיר 

אבזערווירער

עיין שם
 ווי ?
אין דיין מחזור?
ווי האסט עס בייהאלטן? 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-5/6/2006 21:03 לינק ישיר 

נו, תשעה באב, וואס געפאלט געווענדליך בפרשת ואתחנן און מען הויבט אן ביי קריאת התורה די פרשה פון כי תוליד בנים, וועלכע איז נאך שני.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 20:03 לינק ישיר 

באטשי שרייבט:עיקר שכחתי

דער עולם ווארט שוין אוודאי בכליון עינים צו הערן דעם תירוץ אויף מיין שאלה, פארוואס מזאגט צוויי מאהל ה' מלך?

ה' מלך ה' מלך ה' ימלוך לעולם ועד, איז גימטריא 620

כת"ר, פאר דעם מלך מלכי המלכים

כתר יתנו לך ה"א מלאכים המוני מעלה, עם עמך ישראל קבוצי מטה

דאס איז די צוויי מאהל ה' מלך,
און פארדעהם שטעלט מען זיך אויף

כך נתגלה לי מן השמים
נישט דירעקט, נאר דורך מיינס א חבר, והוא שגילה לי.


איך האב דעם יו"ט געזען אין מיין מחזור אן אנדערן טעם וואס דער בית יוסף ברענגט אראפ בשם די קדמונים, עיין שם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 18:27 לינק ישיר 

איינער האט מיר נעכטן געפרעגט זייער א אינטערסאנטע קשיא: ווען קען אויסקומען ווען מען ליינט אינדערוואכן מאנטאג און דאנערשטאג די פרשת השבוע, אז מען זאל נישט אנהייבן פון פאר שני, נאר אינמיטן די סדרה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 21:38 לינק ישיר 

באטשי

מיינסט אפשר א באזונדערע פסח שני?


מפוקל

אגב, די עקסטערע פרשה פון אם כסף מלוה איז נישט נאר פון חינוך, נאר פילע ספרדישע חברה ,, ווי דער רבינו בחיי, וואס האבן אנגענומען אז מ'רעכנט דעם אם כסף תלוה אלס באזונדערע פרשה, (כדי אוועקצונעמען דעם פראבלעם וואס צו לייינען איינמאל אין אסאך יאר ווען שבת הגדול קומט אויס מצורע (נישט ווי געווענליך וואס אין א עיבור יאר שבה"ג קומט אויס אין תזריע,) ) 
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 17:57 לינק ישיר 

מפוקל

שקויעך גדול,

וועלכע מסכת אין בבלי פעלט אונז היינט?
 
(הינט: סאיז איינגעשלונגען געווארן דורך אצווייטע מסכת)

דעת ותבונה

"מעכטיג"  "גרויס" ?

מרעט דא נאר פון אדמו"רים מחברי ספרים על הש"ס אדער שו"ת

וואס איך "געדענק" פון גרויס אונגארן


מונקאטש - דריי
ספינקא - צוויי
דעש
סאטמאר
סיגעט
קלויזנבורג - (געשריבן תשובות ולא נשאר רק אחד)
פאפא (אם התנהג באדמו"רות)
ליסקא


געפירט ישיבות
האבן אויך:
קאסאן
טאש
קאליב

די ליסטע רירט נאך נישט אהן "גרויס"
סזעט נאך נישט אפילו  "מעכטיג" פאר די אויגען




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-26/5/2006 15:32 לינק ישיר 

דעת,

די תירוץ אויף די צווייטע שאלה איז, אז דער ספר החינוך אינמיטן פרשת משפטים פאנגט זיך אן א נייע סדרה, "פרשת אם כסף" (ביים פסוק אם כסף תלוה).




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 05:58 לינק ישיר 

אוודאי אזוי, נאר איך בין פשוט נישט באקאנט אין די היסטאריע פון אנדערע פלעצער. אדרבה דאס זאלסטו זאגן. איך וויל נאר בסך הכל ארויסברענגען אז אין אונגארן אליין איז די ליסטע מעכטיג גרויס.

ב) דו ביסט גערעכט, און איך האב זיך ממש אויסגעדרוקט דאס פארקערטע וואס איך האב געוואלט. ווייל בעיקר האט עס ערשטוינט די מתנגדים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 04:01 לינק ישיר 

דעת ותבונה

א) חוץ אונגארן איז "אויך" געוועהן א וועלט - אזוי ווייזט אויס

ב) בימי התניא איז נאך נישט געוועהן דער מושג "חסידישע וועלט"




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > בחנוני נא בזאת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext