בית פורומים כל העולם כולו

יונגערמאן אין קרית יואל ריינגעוואשן! שטוינענדע מפלה פאר רשעי עמינו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/3/2006 22:31 לינק ישיר 
יונגערמאן אין קרית יואל ריינגעוואשן! שטוינענדע מפלה פאר רשעי עמינו

ברעיקינג ניוס:

אין די מינוטן קומט די פרייליכע בשורה אז דאס געריכט האט ריינגעוואשן א יונגערמאן אין קרית יואל וואס איז אנגעקלאגט געווארן מיט איינע פון די ערגסטע קלאגעס, וואס האט געקענט ברענגען דעם יונגערמאן יארן אין תפיסה.

ליידער ליידער איז דאס געטאן געווארן דורך נישט קיין אנדערע ווי רשעי עמינו, אידן מיט בארד אין פיאות, וועלכע האבן מיט אזא הארצלאזיגקייט באשלאסן צו צוברעכן דעם שטוב פון דעם יונגערמאן, אן קיין שום סיבה, נאר צוליב רשעות.

דער ריכטער האט דערקלערט אז די גאנצע געשיכטע איז נישט מער ווי א בלוט בלבול וואס איז אויסגעטראכט געווארן דורך א געוויסע מיסיס מ.

פרטים יבואו.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2006 01:38 לינק ישיר 











עכטע נייעס:

ווער עס גייט ארויף היינט אויף חדשות הזלוינים וועט זעהן אן אינטערסאנטע זאך פיל מיט נייע אשכול'ס וועגן איין מעשה וואס איז געשען????


איך בין דערגאנגן די זאך
אזוי ווי די זאליס וואס ארבעטן שוין שווער די לעצטע פאר חדושים צו לייגן א פאלטשע מעשה אויפן רב שליט"א און דער עולם גלייבט זיי שוין נישט האט ווילי_יונג (דער וואס די זאליס ווייסן קען מאכן מעשה'ס וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן אזוי ווי דער עולם האט זיך שוין איבערגצייגט אסאך מאל) האבן זיי אים געהייסן גיי שנעל יעצט נאך פאר שבת און נעם דיך מאכן מעשה'ס אויפן רב שליט"א


נו וואס מיינט דער עולם אז ער האט געפאלגט גייט ארויף אויף חדשות הזלוינים ציילט אפ וויפיל שקר מעשה'ס אשכול'ס דער ווילי_יונג האט היינט געפענט מיין אויגן טון שוין וויי פון ציילן אזוי סאך


 
שפיצער06

 




יא עכטע_נייעס איז גערעכט,
ס'זעהט אויס ווי ווילי יונג האט עפעס באקומען א סטראשע אז אויב ס'וועט נישט זיין געניג שמוץ,
וועט ער נישט באקומען זיין פעי טשעק.
תוקן על ידי - כל_העולם - 22/04/2006 1:41:17



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2006 00:53 לינק ישיר 

רבותי עס ווערט נאר בעסער די דמיונות ווערן דיקליכער, מער פאפלאנטערט סיני טייטלבוים און זיינע חברים זענען געבליבן לעקיש, זיי זענען "נישט" געקומען צו די מסיבת הצלה פאר דעם חשובן אינגערמאן זיי האבן "נישט" געגעבן קיין געלט לויט דרייניץ, זענען זיין "יא" געזאגט "פונקט" דעמאלטס תהלים פאר רבינו שליט"א [די אהרונים זאגן דאך נישט], זיי האבן געהאלפן פסח דיג מאכן [ די אהרונים האלטן נישט פון פסח מאכן אדער פון העלפן אינדערהיים], זיי האבן "פונקט דעמאלטס געלערענט[ די אהרונים לערנעך דאך נישט ] זיי זענען געווען ביי יואלי גאלד חתונה [ דאס וואלט גראדע ווען געקענט שטימען, אבער אויף וויפיל מענטשן] יעצט, איז יעקב שטוהל געווארן א זאלי, דער חשובער אינגעמאן איז געווארן א תלמיד חכם...........[ די בויך ווארפט זיך מיר נאך פאר געלעכעטער, מיר האבן שוין א מבין אויף זאלי אויב ער קען לערנען און דאס איז ר ... ... ל...] און דער רב וויל ווארפן דער אינגערמאן, נאר די מגידי שיעור סטראשען אז זיי גייען מיט, עס ווערט בעסער און בעסער אבער פארוואס זיי האבן נישט געגעבן קיין געלט און פארוואס שוגערמאן און קארלא ווייז זיצן גאנצע טעג און וואכן אין קאורט "אקעגן" דעם אינגגערמאן, ווייל דער אינגערמאן איז א זאלי, און די זאליס העלפן אים, וויי וואלט ווען געווען פאר אים, ווען ער דארף ווען אנקומען צו זייער הילף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2006 10:45 לינק ישיר 

אגב איז דא די פלאץ צו באריכטן איבער די פרישע מפלה וואס די פינסטערע רשעים האבן געליטן ערב שביעי של פסח, ווען דער ריכטער האט שטארק אנגעשריגן די לאיערס פון די רשעים פארוואס זיי ברענגען נאך אלץ אויף אין קאורט דעם בלוט בלבול קעגן דעם טייערן יונגערמאן, נאכדעם וואס ער האט שוין קלאר גע'פסק'נט אז דער יונגערמאן איז חף מפשע ווייל עס איז קלאר ווי דער טאג אז ער האט גארנישט געטאן שלעכט.

דער ריכטער האט אויסגעטיילט פאר די לאיערס פון ביידע זייטן דעם פסק וואס ער האט ארויסגעגעבן און געזאגט אז זיי זאלן עס גוט דורכליינען, ווייל נאך איינמאל ער הערט איינעם אויפברענגען די בלבול אין זיין קאורט האוז וועט ער אונטערנעמען שטרענגע שריט קעגן יענעם.

די איינציגסטע זאך וואס מעג דעבאטירט ווערן איז נאר איבער די טשיילד קאסטאדי פון די קינדער פונעם יונגערמאן, וואס איבער דעם טוט מען יעצט דן זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/4/2006 10:38 לינק ישיר 

די גאנצע מערכה קעגן דעם טייערן יונגערמאן איז אנגעפירט געווארן דורך די מאיר ווערטהיימער קאמפאני, ובראשם עמרם כהן ושותפו מלכה זילבערשטיין, וואס ביידע זענען די בוזעם פריינט פון מאיר ווערטהיימער, און העלפן אים מיט זיין גזילת נכסי הציבור.

איז טאקע יעצט די פאסיגע געלעגנהייט צו דאנקען דעם רבונו של עולם אז די מאיר ווערטהיימער קליקע, וואס זייער ציל איז נאר חרוב צו מאכן, האט געליטן אזא מפלה.

כן יאבדו כל אוביך השם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2006 21:39 לינק ישיר 

האט איינער אפילו באמערקט (איך האב נישט געזען קיינעם שרייבן דערוועגן) אז מיילעך שטערן שרייבט אין "איד" אגאנצע ארטיקל וועגן די פרשה, און פארשטייט זיך אז ער גיסט פעך און שוועבעל באשולדיגענדיג די סאטמארע חסידים אין קר"י.

עס לוינט זיך צו לייענען וואס דער זעלבסט געקרוינטער "עסקן לש"ש" שרייבט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2006 19:46 לינק ישיר 

פאר מר. לעקיש בער פון פולין אונטער דאכענע וואו ער האלט אן דעם קרן התורה

אויב וויל ער איין "פרישע" קליינע ביישפיל פון די תוצאות פון די זאלי/הפקרות מאוומענט, דא האט ער

יעדער איד האט הנאה געהאט צו הערן נעכטן אז א איד א היימישער איד, א שותו"מ איז באפרייט
געווארן פלוצים פון תפיסה,

דער איד, זיינע פריוואטע חטאים וועל איך נישט רעדן דא, ווייל עס איז נישט נוגע, אבער ווער איז
אביסל באקאנט אין די פרשה, ווייסט פון וואס איך רעד

איך רעד אבער פון דעם חלק, אז דער איד האט געהאנדעלט מיט דראג געלט, אלע מיני פאלשע שטיק און
מיט שקר אריינגענארט עטליכע היימישע אידן פון דא אין קרית יואל אין פעקל,

ברוך השם אז ביידע אידן זענען שוין ארויס, אבער דער עצם פאקט אז א 'טיים באמב' א צייט באמבע,
וואס אלע זיינע שכנים אין וויליאמסבורג האבן געוויסט צו זאגן, אבער ער האט נאך אלץ באוויזן
אריינצוריקן 2 קרית יואל אין א מיאוסן פעקל, וואס הסברים איז איבעריג די צער, עגמת נפש,
געזונט, געלט, און וואס נישט דאס האט אפגעקאסט די 2 יחידים די לעצטע 3 יאר, און זייערע משפחות
און ידידים ארום און ארום

איך וועל ניטאמאל רעדן פון די אידן פון אנדערע פלעצער וואס איך בין נישט באקאנט

די פאקט איז אבער אז טראץ וואס יעדער האט געוויסט פון אים האט מען אים גארנישט געקענט טאן,
ווייל עס הערשט היינט די הפקרות/זאלי שטימונג

מען רעדט פון א איד וואס איז עלול נאך היינט צו ווייטער אנגיין מיט זיין ווערטשאפט, און זיין בעיל פארלירן יוכיח, ער איז געווען אויף בעיל, און טראץ אלע ווארענונגען פון די
רעגירנוג האט ער אריינשפאצירט אין איינע פון די בענק ווי ער האט געהאט געלט, און גע'חלומ'ט
פון ארויסנעמען געלט פון דארט, איבעריג צו זאגן אז נאך שטייענדיג ביי סעיף דיפאזיט באקס, איז
די רעגירונג דארט געווען אים צו ארעסטירן.

און דאס איז נאר איין תוצאה

אונזער פרשה איז נאך א תוצאה

און עס איז דא נאך און נאך

נאר ווי געשמועסט מען דארף עטליכע מינוט, עס צו באשרייבן

נאר אויסצופירן דאס דערמאנט דעם משל, וואס דער לעקיש האט אליין אראפגעברענגט פון רבינו זי"ע
מיט צינדער/לעשער, וואס אין אינזער פאל, די זאלי/הפקרות מאוומענט האט אנגעברעגנט די אלע
פראבלעמען און דער זאלי היץ קאפ באשולדיגט וועמען דער רב שליט"א

יא פאפיר איז א סובל הכל, אויף היידפארק איז אלעס סובל

און האט מיר א גוטן שבת תוקן על ידי - כל_העולם - 08/04/2006 2:08:04



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2006 19:08 לינק ישיר 

ישר כח פאקטיש פאר'ן מאכן מיין טאג.

פאקטיש האט מיר געשיקט אין אישית די ווערטער פון דרייניץ, וואו ער "פלאגט" זיך צו פארענטפערן וואו ס'זענען געווען די אלע זאליס ביי די מסיבה פאר'ן קעכער בישיבתנו הק'.

דאס זענען אפאר פון זיינע תירוצים:

- די זאליס זענען ביזי פסח'דיג מאכן (כאילו ביי די אהרונים האלט מען נישט דעם יום טוב פסח)
- די זאליס האבן (מכלומר'שט) געזאגט תהילים פאר'ן רבי'ן (אינטערסאנט, די אהרונים וואס האבן "עכט" געזאגט תהילים פאר'ן רבי'ן האבן זיך געקענט מאכן צייט צו קומען צו די מסיבה.)
- די זאליס האבן געלערנט (ביי די אהרונים לערנט מען פשוט נישט... זיי זענען דאך נעאלאגן)

די זאליס זענען פשוט געווען אזוי ביזי, זיי האבן זיך נישט געקענט מאכן איין מינוט צייט אריינצוסטאפן אין שאפינג סענטער (וואס איז נאנטער צו חרדים און סאסמאן ווי צום בית המדרש הגדול), צו געבן א קליינע נתינה.

דרייניץ דרייניץ, איך וועל דיר זאגן דעם אמת'ן תירוץ פון וועלכן דו פארהוילסט דיך: די זאליס זענען נישט געקומען צו די מסיבה, ווייל דער יונגערמאן איז א קעכער בישיבה גדולה ד'סאטמאר און א פארברענטער חסיד פון רבי'ן און פון רב שליט"א.

איך בין זיי דן לכף זכות. וויאזוי האבן זיי געקענט שטיצן אזא יונגערמאן אז ער באלאנגט צו די קהלת נעאלאגן און משכילים. איך בין זיכער אז אינדערהיים ווען א נעאלאג האט געהאט צרות און געקומען בעטן הילף האט מען אים אויך געלאזט לויפן, און נישט געוואלט העלפן.

נ.ב. ווער וויל לאכן א גוטס? דרייניץ טענה'ט אז די אידן פון "חרדים" האבן נישט געקענט קומען ווייל זיי זענען ביזי געווען מיט'ן זאגן תהילים און לערנען פאר'ן געזונט פון... רבי'ן... say what?... תוקן על ידי - FAIRD - 07/04/2006 19:24:30



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 23:53 לינק ישיר 

באקומען אין אישית:

קליקטס דא
צו דאונלאודן אן עמאשאנעל קליפ פון א וואויס מעסעדזש וואס איז ארומגעגאנגען צו אלע קרית יואל'ער איינוואוינער, זיי צו רופן צו די מסיבה.

תוקן על ידי - כל_העולם - 06/04/2006 23:54:58



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 19:51 לינק ישיר 

פרייליכע נייעס פאר אלע תושבי קרית יואל וואס בלוטיגן איבער די שרעקליכע רשעות און אכזריות.

ווי עס ווערט איבערגעגעבן איז דא גאר א שטארקע ווינט צווישן די חשוב'ע הנהלת המוסדות צו באשטראפן הארב די מרשעת מ. זילבערשטיין, וואס איז געגאנגען עדות זאגן אין קאורט של ברשות בית דין ולא ברשות הנהלת המוסדות קעגן דעם טייערן איידעלן יונגערמאן (וועם זי קען ניטאמאל).

איך קען נאכנישט צופיל רעדן, אבער האפנטליך וועט בקרוב זיין גאר גוטע נייעס פון וואס אסאך אידן וועלן הנאה האבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 19:45 לינק ישיר 

דער יעניגער אויפן אנדערען פארום - איך וועל נישט זאגן קיין נאמען, ווייל קיינער האט סייוואו נישט געוויסט...... - שרייבט צוריק שקר נומער איינס בנוגע זאב בעלעם, פסיכיאטאר/דאקטאר/מנוול, איז שוין אויס א חלק פון די סקול דיסטריקט נאר ער ארבעט "צוזאמען" מיט די סקול דיסטריקט גייט פרעג דעם שקרן/בעל דמיון מיט וועם אין די סקול דיסטריקט ער ארבעט, איז זילבערשטיין מארקאוויטש אין סקול דיסטריקט, אז ער ארבעט מיטן סקול דיסטריקט שקר נומער צוויי, בנוגוע רות/רוט סילווערבערג, זי האט נישט געארבעטן "אין" סקול דיסטריקט, און נישט "צוזאמען" מיט סקול דיסטריקט משפחת פאגעל פלעגן פארן נאכמיטאג נאכן אהיים קומען פון די קינדער פון די מוסדות קיין מאנסי צו איר, דא איז דאס פלאץ צו באדאנקן די חשובע עסקנים פון גמ"ח הצלה, - אהרונים דאכט זיך....- וואס געוואור ווערנדיג ווי די חשובע קינדערלעך ווערן געפירט, אז דאס איז נישט קיין דאקטוירים וויזיטן נאר .... וויזיטן, האבן זיי זיך אפגעזאגט פון פירן די קינדער, טראץ וואס גמח הצלה פירט "יעדן" פאציענט "איבעראל" זכרה לו אלוקי לטובה צוריק צו מיין פוינט, די פרוי זילווערמאן ארבעט "נאר" אין וויזשניץ און "נישט" אין סקול דיסטריקט איז אויב מר. לעקיש פארשטייט אז דער רב שליט"א מיז זיך אריינמישן , אבער דו פארשטייסט אויך, אז דער פון מאנסי וואס איז אקטיוו איבעראל און אויף אלעם וויל ער, טוט ער, זיך אריינמישן ער איז פלוצים פטור דאס איז היפאקריטסווע, אויף היפאקריטסווע אויף היפאקריטסווע נאכדעם די אישו, פון זיך אריינמישן אין יעדע אישו, וויפיל דארף דער רב, מעג דער רב, זאל דער רב זיך מישן איז דוקא א שמועס וואס איך וויל יא רעדן און די סך הכל פונעם שמועס וועט ארויסקומען אז די זאלי מאוומענט איז געצילט, באשטייט, לעבט אויף הפקרות, איש כל הישר בעיניו, און אונזער מעשה איז איינע פון די הונדערטער תוצאות פון די הפקרות מאוומענט המכונה זאלי'איזם, און וועל אי"ה טאקע יא צוריק קערן וועל איך וועל האבן מער ווי עטליכע מינוטן האט איינער א היתר צו טייפן חול המועד????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 19:45 לינק ישיר 

א טיילווייזע ליסטע פון אנשים מכובדים און לאנגיעריגע סאטמארע עסקנים וואס זענען געווען ביי די מסיבה און געגעבן ריזיגע סכומים (שפעטער וועל איך צולייגן נאך נעמען, ווען כ'וועל זיך דערמאנען. ווער ס'געדענקט נאך נעמען זאל אריינשיקן פאר מיר אין תיבה אישית)

אלישע האראוויץ, מראשי הקהלה
גרשון מענדל ניימאן, ווילידזש האוזינג באורד
אשר ישעי' האראוויץ, הנהלת קופת אבני חסד של הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א
ישראל הערש רייך, דער בלאט
בעריש פעלדמאן, מראשי גמ"ח הצלה
מאיר יצחק ווייס, מראשי גמ"ח הצלה
אהרן דוד רובינשטיין, מראשי גמ"ח הצלה
אלעזר גרובער, הנהלת הקרי'
שמואל אהרן לאנדא, ווילידזש טראסטי
אהרן שמואל שרייבער, ווילידזש קאסטומער סערוויס
זלמן לייב סופר, עסקן נמרץ
שלמה הערש עקשטיין, מגבאי הגה"צ אב"ד ור"מ
לייביש ליכטנשטיין, ועד החתונה של הגה"צ אב"ד ור"מ
חיים בנימין כהנא, ועד החתונה של הגה"צ אב"ד ור"מ

וואו זענען געווען די זאליס? פארוואס זענען זיי נישט געקומען העלפן דעם חשוב'ען יונגערמאן? איז ער פסול נאר ווייל ער איז אן אהרוני?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 19:18 לינק ישיר 

נישט סיני און נישט די אלע אנדערע זאלי היץ קעפ זענען נעכטן געקומען צו די מסיבה צו העלפן דעם יונגערמאן.

איר ווייסט פארוואס? ווייל דער יונגערמאן איז א הייסער אהרוני, וואס גייט צו יעדן טיש פון רב שליט"א, און פארט צו יעדע סאטמארע מסיבה אין וויליאמסבורג, בארא פארק אדער אין די מאונטענס. דאס איז די סיבה פארוואס קיינער פון זיי איז נישט געקומען העלפן דעם יונגערמאן ווען הילף האט וויכטיג אויסגעפעלט.

איינער ווייסט וואו די זאליס זענען אנטרינען געווארן?

איז דער יונגערמאן נישט בארעכטיגט צו באקומען זייער שטיצע פאר'ן חטא אז ער איז א הייסער אהרוני?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 17:55 לינק ישיר 

XXX שרייבט

אז בעלעם האט עפעס מיט די סקול דיסטריקט

שקר שקר שקר, אפילו איך שרייב עס נישט מיט רויטע גרויסע ווערטער איז עס נאך אלץ שקר

סילווערבערג ארבעט נישט אין סקול דיסטריקט

זי ארבעט אין

נו

אין וויזשניץ אין מאנסי

נו, סיני וואו איז דיין הייליגטום, פון מאנסי , הא ?????????????

אז מען דארף ארויסווארפן מרת זילבערשטיין פארשטייט ער

אבער אז א טיטשער פון ווישניץ מאנסי זאל מעגן ווייטער טיטשען אין ווישניץ מאנסי דאס פארשטייט
ער אויך

און ווער רעדט פון דעם פאקט, וואס ער קען נישט אנטלויפן אז כאי"ל תערוג ארבעט נאך אלץ אין
ישיבה - מיט בחורים - און קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט

נאר אז מען איז א היפאקריט איז מען א היפאקריט איז מען א היפאקריט איז מען א היפאקריט

אין איין ווערט זאגט מען דאס

זאלי תוקן על ידי - כל_העולם - 06/04/2006 21:09:02



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 08:11 לינק ישיר 

ביי די מסיבה כאי"ל תערוג, וואס איז פארגעקומען מיטוואך נאכט, האט מען געזען מי ומי ההולכים.

עס האבן געשטראמט הונדערטער יונגעלייט, אבער כמעט קיינער פון זיי איז נישט געווען א זאלי. 95 פראצענט פון די ציבור וואס האט זיך באטייליגט זענען געווען חסידים פון רבי'ן און פון רב שליט"א.

עס איז געווען א סוקסעס וואס קרית יואל האט נאך קיינמאל נישט געזען ביי א טיי אוונט.

צווישן די אידן וואס זענען געקומען און זיך משתתף געווען איז געווען ר' אלישע האראוויץ און ר' אליעזר ווייס, מראשי הקהלה, און נאך (מארגן וועל איך ארויפלייגן א לענגערע רשימה פון די מכובדי הקהלה וואס האבן זיך משתתף געווען.)

מען האט געקענט זען ווער ס'מיינט אמת'דיג און ווער ס'זוכט נאר אפצוטאן. די זאליס זענען נישט געווען צום געפינען ביי די מסיבה. ווען עס קומט צו געבן געלט איז קיינער פון זיי נישטא.

ווי יעדער ווייסט איז דער ביטערער בלוט בלבול אויסגעטראכט געווארן דורך א גרופע רשעים, זאלונים צוזאמען מיט אהרונים, וואס האבן עס געטאן מיט איין איינציגן ציל, רשעות לשם רשעות, כדי צו צווינגען דעם יונגערמאן מוותר צו זיין אויף זיינע קינדער אז זיי זאלן בלייבן נאר ברשות אשתו. בשעת מעשה האבן די זאליס זיך ארומגעדרייט און באשמוצט דעם רב אז אין זיין ישיבה ארבעט א קעכער וואס מען זאגט אויף אים געפערליכע זאכן, כאטש זיי אליינס האבן קלאר געוואוסט, פונקט ווי יעדער איינער, אז עס איז א געמיינער בלבול און בלויז געצילט צו צווינגען דעם יונגערמאן מוותר צו זיין אויף זיינע קינדער.

אבער ווען דער חשוב'ער יונגערמאן איז באפרייט געווארן פון זיינע צרות, האבן די זאליס מיטאמאל אויסגעדרייט דעם דאשיק. זיי האבן אנגעפאנגען צו קלעימען זיג. זיי האבן פלוצלינג זיך אנגעפאנגען צו מאכן כאילו זיי האבן גארנישט געהאט צו טאן מיט די גאנצע זאך, כאילו זיי זענען די גאנצע צייט געווען לטובת דעם יונגערמאן און אים געהאלפן.

Well, היינט נאכט האט זיך ארויסגעשטעלט ווער עס האט באמת געמיינט די טובה פון דעם יונגערמאן און ווער עס האט געמיינט רשעות. מען האט קלאר געזען פון וועלכן לאגער מען האט געשטראמט צו די מסיבה און געעפנט די פאקעטס און זיך געלאזט קאסטן גרויסע געלטער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 05:27 לינק ישיר 

אין די קומענדיגע טעג וועט פארקומען א הערליכע מסיבה סעודת הודאה, באגלייט מיט א געלט אקציע פאר די קאסטן פונעם געריכט.

די מסיבה ווערט ארגאניזירט דורך היימישע יונגעלייט, חסידים פון רב שליט"א.

עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז קיין איין זאלי האט נישט געוואלט צולייגן א האנט צו העלפן די מסיבה, אפילו מען האט זיי געבעטן צו העלפן. די אלע וואס העלפן דעם יונגערמאן זענען נאר הייסע חסידים פון רב שליט"א.

די עסקנים זענען זייער צופרידן פון די ווארימקייט וואס הערשט ביים היימישן ציבור וואס זוכט "אויפצוטאן" און נישט "אפצוטאן" און מען ערווארט אז די מסיבה וועט געקרוינט ווערן מיט סוקסעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > יונגערמאן אין קרית יואל ריינגעוואשן! שטוינענדע מפלה פאר רשעי עמינו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext