בית פורומים כל העולם כולו

אמת'ע היסטאריע פון די סאטמארער דין תורה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/3/2006 23:43 לינק ישיר 
אמת'ע היסטאריע פון די סאטמארער דין תורה

וויבאלד די זאליס - זעענדיג אז זיי האבן פארלוירן דעם דעת הקהל איבער די דין תורה פרשה - האבן לעצטנ'ס אנגעהויבן טושן די מוחות מיט גראבע און אפענע שקרים וכזבים איבער ווער עס וויל נישט גיין צו דין תורה, פיל איך א פליכט צו איבערגיין אין קורצע פונקטן, וואס זאלן נישט שווער מאכן אויף די ליינער, די גאנצע השתלשלות הדברים, ליינט ביטע די גאנצע זאך מיט געדולד, און איבערצייגט זיך אליין למי החותמת ולמי הפסולי"ם.

 - דער ערשטער פארלאנג זיך צו שטעלן צו די"ת איז געקומען מצד די אהרונים א' וארא תשס"א, ווען זיי האבן געבעטן פון דעם וויליאמסבורגער דיין און רז"ל פילאפף און רש"ל וויינבערגער אז זיי זאלן מזמין זיין ר' יעקב כהנא לדין, קיין אנטווארט אויף דעם איז קיינמאל נישט געקומען.

 - פון ווען די ערשטע הזמנה איז ארויסגעשיקט געווארן, האט גענומען צוויי חדשים ביז די זאליס האבן זיך אפילו וויסנדיג געמאכט פונעם בי"ד. אינצווישן האבן זיי געפאטשקעט אין קהל כאדם העושה בתוך שלו.

 - ווען זיי האבן זיך שוין יא וויסנדיג געמאכט, האבן זיי געלאזט וויסן אז זיי זענען נאר גרייט צו גיין צו דין תורה צו די דיינים וועלכע האבן שוין פון פאראויס געפסק'עט, אין אנדערע ווערטער, נאר דארט וואו דער פסק דין איז שוין ארויסגעקומען... זיי האבן אויך מסכים געווען - לויט זייערע ווערטער, לפנים משורת הדין - צו גיין צו אנדערע דריי בתי דינים, וואס יעדער נארמאלער מענטש וועלכער איז באקאנט אין די היסטאריע פון סאטמאר איז מודה אז דער פסק איז דארט געווען אפגעזיגלט נאך איידער מען איז אפילו אריין צום בי"ד און אפילו נאך בעפאר דער סכסוך האט זיך בכלל אנגעהויבן איז שוין ביי יענע בתי דינים געווען אפגעשריבן דער פסק...

 -
ווען די אהרונים האבן געזאגט אז זיי זענען נאר גרייט צו גיין צו געהעריגע בתי דינים, ווי מכון להוראה, טארטיקוב, און בעיקר ביי א זבל"א, וואס איז דער מערסטער יושר'דיגער וועג צו גיין צו דין תורה, האבן זיי דאס אפגעווארפן, אן אנגעבן קיין הסבר מיט וואס יצחק מאנדל איז בעסער ווי מכון להוראה - אחוץ דעם פארשטענדליכן אויבנדערמאנטן טעם, וואס דאס האבן זיי דאך נישט געקענט אנגעבן.

 - נאך ארום צוויי חדשים האבן זיי פון דעם אויך צוריקגעצויגן, און זיי האבן געלאזט מעלדן אז מ'קען נאר גיין צו דין תורה צו די פיר דיינים וועלכע האבן שוין פון פאראויס אפגעשריבן זייער "פסק דין"... און וועלכע האבן ניטאמאל מזמין געווען לדין די יחידים המשתלטים על הציבור ווען די ראשי הקהילה האבן דאס פון זיי פארלאנגט ! א קלארער באווייז וועלכן "יושר" די ראשי הקהילה האבן ביי זיי געקענט ערווארטן.

 - אין יענער צייט זענען קיינמאל נישט אנגעגעבן געווארן קיין שום תנאים וואס זיי פארלאנגען ביים קומען צו דין תורה. עס איז געווען ביי זיי אפגעמאכט אז זיי גייען אויסדריקליך נאר צו דיינים מיט א פון פאראויס באשטימטע מיינונג.

 - אזוי זענען פארלאפן צוויי גאנצע יאר, אינצווישן זענען די ראה"ק געצווינגען געווען אריינצוטראגן דעם סכסוך אין געריכט [ווייל עס איז שוין אט אפגעלאפן די 120 טעג וואס מען קען לעגאל "טשעלענזשען" די אומלעגאלע וואלן, וואס וואלט אויטאמאטיש אריינגעשטעלט געזעצליך ר' יעקב כהנא אלס ראה"ק, און עס וואלט שוין געווען א מעוות לא יוכל לתקון], די ראה"ק האבן געמאכט מערערע פרואוון צו ברענגען דעם סכסוך צו א גמר, אריינגערעכנט דעם הסכם וואס איז געחתמ'עט געווארן אנהייב יאר תשס"ב ביי הגרי"ד הארפענעס שליט"א וואו מיר זענען מסכים זיך צו צעטיילן מיט די נכסי הקהילה אין וויליאמסבורג לויט פראצענט (דער פארשלאג וואס ר' שאול האט "אויסגעטראפן" צוויי וואכן צוריק), און אויף די טענה פון ר' שאול פערלשטיין ענטפערט ר' אלישע הורוויץ אז ער איז גרייט אז מען זאל ביי דעם זבל"א בי"ד דן זיין אויך איבער סיי וועלכע טענה זיי האבן צו די קהילה אין קרית יואל.

אבער אויסער א גענעראל פארזאמלונג וואו ר' שאול האט אלעס אפגעווארפן האט מען פון יענעם לאגער גארנישט געהערט.

 - נאך גאנצע צוויי יאר וואס זיי האבן זיך משתמט געווען פון גיין צו דין תורה, מיטאמאל, ויבא ! מען האט אנגעהויבן הערן פון זיי !!!

המשך יבא בע"ה.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 21:13 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויב דו פארשטייסט טאקע נישט אדער דו מאכסט זיך. איך וועל דיר ענטפערן שטילער הייט ששששששששש  זיי האבן אונז דאך פיינט ממילא ווייסן זיי זייער גוט וואס צו פסק'ענען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 20:51 לינק ישיר 

יחזקאל ראטה, יצחק מאנדל, שמעון מאיר לאנדא, פארשטייען בעסער צו פירן א קהילה ווי חיים מאיר באב"ד ? פארוואס ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 20:04 לינק ישיר 

וואס פארשטייסטו נישט, ער פארשטייט דאך צו די תהלוכי הקהלה, משא"כ די טארטיקאבער דיינים ווייסן נישט און האבן נישט קיין אהנונג, ווי אזוי א קהלה פירט זיך אדער דארף זיך צו פירן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 19:54 לינק ישיר 

מיר גייט נישט אן די גאנצע פאלעמיק דא אהין און צוריק, מיר עגבערט איין פראגע אין מח שוין פינף יאר, און איך ווארט שוין זייער לאנג אויף א תירוץ, אפשר קענט איר מיר העלפן טרעפן א תירוץ?!

פארוואס אין דער וועלט האבן די זאליס מסכים געווען צו גיין צו יחזקאל ראטה און יצחק מאנדל, און זיי האבן בשום אופן נישט מסכים געווען צו גיין צו מכון להוראה אדער טארטיקוב אדער זבל"א?!

וואס איז יחזקאל ראטה בעסער ווי טארטיקוב?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 18:13 לינק ישיר 

דו רעטסט ווי א עכטע טיפש. די הויפט תנאי פון די ראשי קהלה איז אלץ געווען אז ממוז ארויסגיין פון קאורט נאך פאר משרייבט אונטער שטרי בירורין, איז צו וועלכע קאורט גייען אונז לויפן נאכדעם וואס ענק זענען שוין ארויס פון קאורט?
ענטפער מיך די איין קשיא, איז ר"א גרייט אונטערצושרייבן שטרי בירורין? נישט מסכים זיין, נישט בי"ד, נאך אלעם זענען ענק געגאנגען אין קאורט, און עכט דארף מיר אונז בכלל נישט גיין צו דין תורה, נאר לפנים משורת הדין צו וויסן אז מאיז איינמאל פאר אלעמאל פיניש מיט ענק קענען אונז באשטיין צו גיין, אבער אויב ר"א שרייבט נישט אונטער איז די גאנצע די"ת גארנישט ווערט! דו ווייסט סאך בעסער ווי מיר אז די גאנצע פייט מיינט בעיקר די רבנות, און ווילאנג דעס ווערט נישט געסעטעלט איז קיין שום פשרה גארנישט ווערט.
אויסער דעם, וויאזוי האבן ענק די חוצפה צו שרייבן אז מענדל זילבער איז ענקער בורר, ער האט אליין געשריבן פאריגע זומער דורך איצא גליק אויף א התאחדות לעטערהעד, און ער האט אויך געזאגט פארן רב דעמאלץ אז ער איז נישט ענקער בורר, וויאזוי חזרן ענק נאך אלץ איבער די געמיינע ליגנט?!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2006 01:38 לינק ישיר 

יעצט וועל איך מגלה זיין דעם סוד וואס עס ליגט אונטער דעם תמימות'דיגן פארלאנג אז דער רב שליט"א זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין.
 
זיי ברויכן דאס האבן פארן געריכט.

ווער עס האלט מיט די קלאגע ווייסט אז דער איינציגער וועג וויאזוי באראש האט זיך ארויסגעדרייט פונעם סכסוך איז געווען דורך דערקלערן אז דער סכסוך איז באמת אויפן רבנות, און נישט אויף די קהילה, במילא ווערט דאס א רעליגיעזע פראגע און ער קען דערין נישט אריינרעדן.

דער אורטייל האט ווירקליך געהויבן אויגן ברעמען אין די יורידישע קארידארן, איבער דעם מאדנעם צוזאמעשטעל פון צוויי סכסוכים וועלכע האבן אזויפיל שייכות ווי פעטראליום מיט אלאסקע... און אויך ריכטער ראזענוואסער האט קלאר געשריבן אז די צוויי סכסוכים זענען טאקע פארבינדן, אבער עס איז נישט איינס און דער זעלבער.

די זאליס, וואס האבן שוין דאן געוואוסט אז באראש וויל מיט אלע כוחות פארשלייערן די קלאגע אין א רעליגיעזן כאראקטער, האבן דעריבער פרובירט מיט אלע כוחות צו ברענגען דערצו אז די אהרונים זעלבסט זאלן מודה זיין אז די סכסוכים זענען איינס און דער זעלבער, און דאס בעסטע פאר זיי וואלט געווען אן אונטערשריפט פונעם רב שליט"א אויף די זעלבע שטרי בירורין ווי די ראשי הקהילה !!!

א‏‎‎‎ון דעריבער האבן זיי דייקא פארלאנגט אז דער רב זאל דאס אונטערשרייבן נאך איידער מען שרייבט אונטער שטרי בירורין, ווייל זיי האבן באמת נישט געהאלטן ביים גיין צו דין תורה ! זיי האבן נאר געברויכט האבן דעם אונטערשריפט צו לויפן דערמיט אין געריכט, און דערנאך וואלטן זיי שוין געברענגט די פארהאנדלונגען איבער דין תורה צו אן ענדע מיט עפעס אן אויסרייד !

און פאר די זעלבע סיבה האבן זיי זיך יעצט נאכאמאל אויפגעוועקט מיט דעם פארלאנג.

וויבאלד ראזענוואסער האט געאורטיילט אז די צוויי סכסוכים זענען נישט איינס, ווילן זיי דורך באקומען אן אונטערשריפט פון רב איבערצייגן דעם געריכט אז די סכסוכים זענען יא איינס !!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 01:21 לינק ישיר 

 - נאך גאר שטארקע היץ וואס זיי האבן געהאט במשך די צוויי יאר, היתכן זיי גייען נישט צו דין תורה, ווי אויך האט מען זיך דאן געגרייט צו די געהויבענע חתונה און וויסנדיג ווי שטארק עס וועט אויפשטורעמען די וועלט דאס נישט ברענגען דעם רבי'ן צו די חתונה, זענען זיי געפאלן אויף א המצאה, זיי וועלן פארלאנגען אז דער רב שליט"א זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין אויף די רבנות טענה וואס ער האט אקעגן רז"ל.

די רווחים פאר זיי וואלט געווען פילפאכיג:

1) דער רב ווערט א "מחוצף" ווייל ער רופט דאך "זיין טאטן" צו דין תורה, לויט דעם גרעסטן ליגנט אין די היסטאריע אז דער רבי האט אויפגענומען רז"ל פאר רב. און דאס וועט אויטאמאטיש בארעכטיגן פאר משה גבאי נישט צו ברענגען דעם רבי'ן צו די חתונה.

2) אויב די דין תורה ווערט צוזאמגעשמאלצן, וועט דער קהילה סכסוך אויטאמאטיש באטראכט ווערן אלס טייל פון דעם רבנות סכסוך, וואס שטעלט זיי אין א בעסערע פאזיציע, ווייל עס וועט זיין זייער אומבאקוועם פאר די דיינים צו פסק'ענען אפן און גראב אז דער רבי שליט"א איז אונטער שווערע אומשטענדן. ווי אויך וואלט שווער געווען פאר די דיינים ארויסצוטרעטן אפן אקעגן רז"ל זעלבסט.

3) אבער דער עיקר שבעיקרים וואס האט זיי געברענגט דערצו וועט איר זען שפעטער.

 - רמ"מ טירנויער האט אנגערופן דעם רב ערב ראש השנה, דער רב זאגט אים קלארע ווערטער אז ער איז בכלל נישט קיין צד אין דעם סכסוך, נאר  - לפנים משורת הדין - אויב דער בי"ד של זבל"א וועט איינזען  - ד.ה. אז סיי דער בורר פון איין זייט, און סיי דער שליש (וואס וועט מאכן אז רוב בי"ד וועט אזוי האלטן), וועלן איינזען - אז ער ברויך אויך אונטערשרייבן, וועט ער אונטערשרייבן אז ער איז מקבל אלעס וואס דער בי"ד פארלאנגט פון אים.

 - די זאליס פארלאנגען אויך אז די בוררים זאלן זיין הגריח"מ פרידמאן פון אונזער זייט, און הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א פון אונזער זייט. א זאך וואס איז באלד קלאר געשטעלט געווארן אז דאס קומט נישט אין באטראכט, דער קרית יואל'ער דיין איז נישט גרייט דערויף, די ראשי הקהילה זענען נישט גרייט דערויף, און דער נתבע האט נישט קיין רעכט איינצוטיילן ווער עס זאל זיין דער בורר פונעם תובע.

 - די ראשי הקהילה האבן געטענה'ט אז ריח"מ קען נישט זיין קיין בורר וויבאלד ער האט שוין געלאזט הערן זיין מיינונג ברבים, נאר לפנים משורת הדין האבן זיי מסכים געווען אז זיי לאזן ריח"מ זיין דער בורר, בתנאי אז כ"ק רבינו שליט"א וועט זיך באטייליגן ביי די חתונה, א זאך וואס האט קלאר נישט פאסירט.

 - אויף זייער פארלאנג אז מען זאל דן זיין אויף קרית יואל, האט מען זיי געענטפערט אז קרית יואל איז א באזונדערער סכסוך, און אויב זיי וועלן פארלאנגען באזונדער פונעם בי"ד של זבל"א אז מען זאל דן זיין אויף קרית יואל אויך, און דער בי"ד וועט אננעמען די טענה וועט זיך קרית יואל שטעלן צו די"ת בזבל"א.

 - פון די פארהאנדלונגען איז גארנישט געווארן, א חודש דערויף האט ר' שאול פערלשטיין ארומגעשיקט א בריוו אויף די פאסט אז דער רב איז דער שולדיגער ווייל ער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן.

 - דאס איז געווען די ערשטע מאל - נאך צוויי יאר רופן צו די"ת - וואס זיי האבן גענומען זינגען דעם ניגון אז דער רב דארף אונטערשרייבן שטרי בירורין ! עס איז קיינמאל פריער נישט געהערט געווארן !

און אפילו דאן האט דער רב שליט"א קלאר געזאגט פאר רמ"מ טירנויער, און אזוי שרייבט אויך ר' אלישע הורוויץ אינעם בריוו, אז אויב דער בי"ד של זבל"א וועט איינזען (נאכאמאל, נישט בלויז איין צד וועט דאס איינזען, נאר אויך דער שליש וועט אזוי האלטן) אז ער דארף אונטערשרייבן, וועט ער אונטערשרייבן "לפנים משורת הדין" !!!

עפעס איז נאך אומקלאר דא ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אמת'ע היסטאריע פון די סאטמארער דין תורה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext