וואס טוט א זאלי ווען ס'איז נישט דא קיין נייעס
ווילי_יונג און ח. א. ס עפענט א אשכול אזוי [ר']ארון גיט נישט מזל טוב פאר זיין טאכטער??? 6:23 נשלח ב 30/3/2006 ווילי_יונג
עס קוקט אויס אז די גבאים די רשעים וואס שטערן א טאטן פין גיין צי אן אייגן קינדס שמחה... האבן זיך אריין דערווישט צי[ר' ]ארון אויך...
הרה"ג ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א האט פאריגע וואך אפגעשוירן א קינד למז"ט. [ר']ארון האט געבריקעט אז ער גייט נישט צי זיין טאכטער אהיים ווייל זי איז א מחוצפת וועגן זי האט נישט געוואלט אונטערשרייבן קעגן מרן רבינו הקדוש שליט"א אין קארט. גיין אין חדר האט ער נישט אויפגעגעבן ווייל דאס האט שוין דער טיפש אויך פארשטאנען אז עס וועט אויפרידערן די וועלט. זיין ווייב וואס איז מער דיפלאמאטיש האט עם געצווינגען אז ער מוז גיין אלץ זיין איצטלא דרבנן... דער רשע מרושע איז איינגעגאנגען דערויף אבער נאר אויב ער וועט קענען שטילן זיין בלוט דורשטיגקייט מיטן נישט זאגן מזל טוב פאר זיין טאכטער כדי נישט צי צוברעכן די תענית הדיבור וואס ער האט מיט איר שוין זייט זי האט נישט אונטער געשריבן. דער טאטע וואס וויינט ביי חפות אז ער האט נישט די זכי' צו גיין צי זיין טאטן. דער שגץ וואס ווייסט נאך דער בעסטער אז זיין טאטע איז דער וואס וויל נישט זען זיין עז פנים אין פארקויפט פאר די קיען אז נעבאך די גבאים ווילן נישט... די אלע קיען פארשטייען טאקע אזוי ווייל "ווי קען דען זיין א טאטע וויל נישט זען זיין קינד"? דער מטורף וואס האט אוועקגעריסן זיין טאטן פין זיינע קינדער אין אייניקלעך בלויז פאר זיין תאות השררה פין אני אמלוך. ער איז טאקע געגאנגען צי די אפשערן אין געהאלטן ווארט! ער האט נישט געוואונטשן קיין מזל טוב פאר זיין טאכטער ווי אויך האט ער געווארענט זיינע קינדער לבל יהין זיך משתתף צו זיין אין די שמחה פין זיין אייגענע טאכטער. נעבאך נעבאך ווי דער אני אמלוך שלעפט א מענטש וואס איז שוין טיף אין דער ערד אריין נאך טיפער אין דער ערד. עד כאן פון ווילי יונג
יעצט ער האט פארגעסן אז ווען מ'מאכט א מעשה דארף עס שטימען מיטן מציאות ווייל ר' שמעון זאב האט נישט אפגעשוירן קיין קינד נישט פאריגע וואך נישט צוויי וואכן צוריק און אויך נישט דריי וואכן צוריק און ער האט אפילו נישט קיין קינד און שטוב יעצט אפצושערן יעצט זאל יעדער וויסען ווי אזוי מ'קען גלייבן די זאלי'ס
|