דער בלאט האט אן עד פון קהל שטעלט אייך צו דין תורה #115 און נאכדעם אן עד ענטפער צו די מסרבים לדין (#1) יא! מיר זענען גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה ביי א בי"ד המרוצה לשני הצדדים או בזבל"א אונזער בוררים זענען: הגאון רבי מאיר בראנסדארפער שליט"א חבר בי דינא רבא ירושלים עיה"ק ובעל קנה בושם הגאון רבי מנחם זכרי' זילבער שליט"א ראב"ד התאחדות הרבנים ואבד"ק פריימאן ובעל מאזני צדק אונזער טוען איז: הרה"ג רבי יקותיאל זלמן גרויז שליט"א
בעל הברי והשמא יעדער פון אונז איז גרייט אונטערצושרייבן על פי הוראת בי"ד המרוצה או בזבל"א אונזער טעלעפאן נומער איז; 718-302-6720 מעלדט אינז ווער עס זענען אייערע בוררים,
ווער איז אייער טוען, און מיט וועם מ'קען זיך פארבינדן. והכל על מקומו יבא בשלום יום א' ויקרא תשס"ו, ממחרת מעמד אלף שמות הנהלת הקהלה
|