האט UJO היתר אדווערטייזען אין המודיע?
וויא עס איז גיט באקאנט האבען די רבנים וואס זענען חוסים תחת כ"ק הקדוש אב"ד דקהילה קדושה
אב"ד וואמ"ס יצו גרויס מסירת נפש זיך גענצלעך אפטטילען פין עניינים וואס האבען א שייכות מיט
כח הפועל בניפעל
ספעציעל זאכען וואס געפינען זיך תחת מרות פין מוה ר אהרן שליטא וויא למשל די סקול דיסטריקט
הגם USA GOVERMENT האט קיין שום שייכות מיט גלויבען , פינקט פארקערט די GOVERMANT
לאזט נישט צי זייערע בינינים נישט קאטאליקען נישט ציאניסטען אין נישט קיין שום אנדדערע
גלויבען אנע אויסנאם וויל זיי ווילען נישט אז אנדערע גלויבענס זאלען האבען אן איינפלוס אויפ
די וואס האלטען נישט פין יענעם גלויבען
פין דעסוועגען זענען די פיליפס אין דער דיין אין ר לייטנער אין זייער גאנצע קליקע גרויסע
מחמירים אין די ענינים, AFTER ALL איז מוה ר אהרן א גרויסע קאמפעטישען פער זיי באשר זיי
ווערן אלע בטל כקלופת השום א קעגען די גדלות בתורה פין מוה ר אהרן שליטא
במילא איז עס געוועהן א גרויסע חודש אז דער UJO וואס שטייט תחת מענטשען וואס קלאמערען
תחת רגליו הקדושים פין אבד ורמ וומ"ס יצוו אין הערען זיך צי מיט מסירות נפש צי זייערע רבנים
האבען אריינגעשטעלט א מודעה אין די המודע MARCH 29 PAGE A63 מיט א בילד פין ר משה דוד
נידערמאן ני"ו פין די גרויסארטיגע מסיבה וואס UJO האט געפראוועט אין וויליעמסבורג אין זאל
פין קאנטינענטעל
וויא יעדער וייסט אז די המודיע פארשפרייט דיעות אפיקורסות אין רבינו הקדוש מסאטמער זיע האט
געזאגט אז די דיעות פין די אגודה איז אפיקוסות
במילא פרעגט זיך א קשיא וויא איז מעגליך אז א ארגענעזעשאן וואס איז די פארשטייער פין אבד וומס
שליטא זאל שטיצען אזא אן אפיקורסישע צייטונג?
וויא זענען די מסירות נפש רבנים פין זייער קהילה אין אויך די היתאחדות רבנים וואס זענען כסדר
גרייט מיטן שופר צי פראטעסטירען א קעגען יעדען פליג אין א קעגען יעדען מילעך קעסטעל אין
וויליאמסבורג
אבער אין מאנארוי , אין דא האבען זיי פארלוירען זייער לשון אין זייער גאנצע קוראזש?
אויך איז א פראגע גרופעס וויל די UJO געפעלען מיט דעם אדווערטייזען אין די המודיע?
אפשר וויסען מיר נישט אלעס?
ווער עס האט אן ענפער אויף די שאלות זאל ביטע ענפערען
וצריך עיון גדול.............
 |
|
|