בית פורומים באבוב

קופת רמבעה"נ האט צרות איבעראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/4/2006 08:08 לינק ישיר 
קופת רמבעה"נ האט צרות איבעראל

לויט ווי איך הער לעצטענ'ס פין מיינע חברים אין די רמבעה"נ אפיס אין בארא פארק האט די אפיס בעדארפט אויסלייגן אייגענע געלטער כדי צו דעקן די הוצאות פין די צוויי דינער'ס וואס איז לעצטענ'ס פארגעקומען אין מאנסי אין און וויליאמסבורג - אין אז ביי ביידע דינער'ס האבן זיך באטייליגט אינגאצנן 80-90 בעלי בתים וואס דאס איז א חוזק שבחוזק פאר רמבעה"נ מוסד.

אין אויכעט הער איך אז אין אנטווערפען האט זיך די פשעווארסקער רבי נישט געוואלט באטייליגן ביים דינר אין אויכעט דארטן האבן זיי געדארפט שיקן געלט פין די בארא פארקער אפיס כדי צו דעקן די הוצאות ווייל די עולם געבט נאר וועגן די פשעווארסקער רבי.

אין און לונדון הער איך איז געווען לעבעדיג מיט'ן דינר ביכל ווייל די הנהלה דארט האט נישט אריינגענומען קיין מודעות מזל טוב פאר ר' בנציון'ען פין זיינע חסידים אין מ'שמועסט אז ס'וועט בכלל נישט ארויסקומען קיין דינר ביכל היי יאהר

אין אויכעט דארטן הייסט ביזדערווייל אז ר' לייביש וועט נישט פארן אין וועט נאר שיקן ר' ברוך כהנא [זיין שוואגער?] צו איבערגעבן זיין ברכה בשמו.


וואס גייט פאר?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2006 23:43 לינק ישיר 

הלברשטאם

שלמה המלך זאגט גם אויל מחריש לחכם יחשב

בעריש רובין דער מחריב קופת רבי מאיר בעל הנס, שרייבט נאר אז מען קעהן בריינגען געלעט קיין בעלזא און קלוזינבורג, ער האט מורא צו שרייבען מען זאל בריינגען קיין באבוב אפילו אין בארא פארק ווייל אז ער שרייבט באבוב מוז ער שרייבען באבוב 48 אז נישט וועט מען בריינגען צו  באבוב, און ער וועט נישט קענעהן מאכען קומישין.

חכם עינו בראשו ווען ער לייגט נישט אריין רמבע"ה אין א מחלוקת וואלט ער געקענט שרייבען און טראכטען און יאצט באצעלט ער אויף זיין אייגנע חורבן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2006 18:29 לינק ישיר 

ער שרייבט נישט ווייל מיר האבען נאך כעת נישט קיין בית המדרש אין מאנסי.

אין וויליאמסבורג האבען שוין מיר א בית מדרש אין קראלע אין אז מען וויל וועט עס י"ר נעמען בחפץ לב.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/4/2006 03:12 לינק ישיר 

הלברשטאם
שקר? זאל איך ארויף ברענגען דא א קאפי אויף עלים לתרופה?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/4/2006 22:40 לינק ישיר 

שקר

עלים לתרופה ווערט געדרוקט אין נו יארק דורך הרב י"ר וואס איז מקושר בלב ובנפש צו כ"ק אדמו"ר רבי בן ציון אריה לייבוש שליט"א מבאבוב.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2006 05:18 לינק ישיר 

נעבעך

בגליון המפואר עלים לתרופה, שמחולק באלפי עותקים בבארא פארק פלטבוש ועוד פירסם בעריש רובין השבוע שאפשר להביא את קפות הצדקה של הכולל (מי שעוד מביא) לבתי מדרשות של בעלזא בבארא פארק וולימסבורג ומונסי,

לרוע מזלו לא יכל לכתוב שאפשר להביאם לבית המדרש דחסידי באבוב,

מסכן בעריש, באיד ובבלאט הוא לא יכול לכתוב בעלזא, בעלים לתרופה הוא לא יכול לכתוב באבוב,

הוא כבר נכנס יחד אם אביש בראד ויהושע הלר להיסטוריה כמי שהרסו את קופת חבת ירושלים ומעניין כל זה למה.

מעניין כמה כסף יתנו אנשי ר' בן ציון אריה לייביש מקראטשין השנה לדינער שלו 

תוקן על ידי - צווייבאבוב - 09/04/2006 5:19:44



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/4/2006 04:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ

כל העולם כולו לייגט בילדער פין דער דינער אין אנטווערפין:





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2006 02:00 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אזוי זעהן זיי אויס

ביידע באבובע אפיסעס פין רמבעה"נ אין ווילימסבורג אין און מאנסי זענען פארמאכט!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2006 01:11 לינק ישיר 

געשריבען דורך דער ניק PROMONDE

א ווענדונג צו די אלע וואס שטיצען דעם טעראר קאמפיין פון די ראשי קהלה פון מהרב"צ, אויף'ן סמך אז במשך הזמן וועט זיך זיי לוינען


*:namespace prefix = o />*:namespace prefix = o /> 



היות אז כמה פעמים ווערט מען מיטגעשלעפט מיט די ווינט, און נער'ישע דמיונות טוען פארבלענדען דאס גלייכגעוויכט און טראכטען-גאנג פין דעם מענטש, ווילען מיר דא אראפברענגן א עקזעמפלער פין איין עפיזאד וואס שפילט זיך פאר ממש יעצט בשעת די שורות ווערן געשריבען, כאטש דאס איז נישט די ערשטע און נישט די לעצטע און נישט די איינציגסטע, איז עס אבער שטארק אקטועל אויפ'ן מאמענט כנ"ל.



 



כידוע האט כולל חבת ירושלים גענומען א שטעלונג בנוגע די מחלוקת אין באבוב, וואס כאטש דאס איז גיווען א החלטה נגד רוב ראשי, גבאי, ועסקני הכולל, האט אבער די מנהל הכולל הר"ר ר' ב. ר. שליט"א געטון די שריט מיט די גוטהייסינג פין א מועט, צוליב די גאר שטארקע חנופה רייד וואס ער האט באקמוען פין די ראשי הקהלה פין מהרב"צ שליט"א, און געלט הבטחות לבנין בית מדרשו (אגב איז דא א בפירוש'ע "חרם" פין הרה"ק משינאווע זצ"ל כידוע צי טון אזא שריט אן זיך באראטען מיט אלע גדולים און חברי הוועד).



 



כמובן האט ער פארשטאנען אז אינגאנצען אליין קען ער נישט גיין, האט ער אנגעהויבען קלאפען טירן אין א"י ביי די ראשי הכולל און זיי מסביר גיווען פארוואס מען זאל נעמען די און די שריט, און געבויט טעמים גג על גג, און ער האט אנגעטראפען לכה"פ צוויי אין די וועד וואס האבן ציגעשאקלט מיטן קאפ. וואס ער האט נישט געכאפט בשעת מעשה (אדער נישט געוואלט כאפען, צוליב זיין פאנטאזיא אז ער גייט רייטן און ווערן גרויס אויפן וואגן פין מהרב"צ שליט"א) איז אז די צוויי וועלן ווייטער שאקעלן די קעפ אבער און אן אדערע דירעקציע.



 



אזוי שנעל ווי דאס שטונק איז ארויס אין די גאס האט שוין הרה"ג ר' מ. ה. שליט"א געשאקעלט מיטן קאפ אז ניין, נישט ער האט דאס געשטיצט, און אז ער האט די בריוו נישט גחתמ'ט. וזל"ק: ווער עס זאגט נאך און מיין נאמען אנדערש איז א "שקרן", וכו' (אין א שמועס צי זיין פלומעניק ר' ח. ט. שליט"א, אין צום גבאי הרב ר' ב. ח. ג. שליט"א).



 



האט אבער די מנהל הכולל זיך געטרייסט אז לכה"פ ר' י. ה. ני"ו שטיצט איהם נאך און אלעס איז פיין און וואויל, דאס איז אבער נאר ווילאנג עס איז דא געלט, האט מען אויף דעם ארויף נישט באצאלט געהאלט פאר די איינגעשטעלטע אין אמעריקע אפאר חדשים כדי מען זאל קענען אניאגען צי שיקען א שיינעם סכום געלט קיין א"י, אז די שטיצע זאל בלייבען מיט איהם, אז ער זאל קענען רייטען אויפן וואגן........



 



האט אבער דאס בענדל געפלאצט!!! און ביז חנוכה צייט האט ער שוין געמוזט זיך ברעכען און שיקען אסאך א קלענערע סכום ווי יעדעס יאר, און בנוסף צי דעם האט דער מאנסי דינער, וואס איז אגב גיווען זייער א שיינע מעמד, אבער האט קוים אויסגעצאלט די הוצאות, און קיין דזשורנאל האט מען נישט געמאכט וכו' וכו', און אין וויליאמסבורג האט מען גאר פארלוירען געלט, האט שוין ר' י. ה. ני"ו אויך אנגעהויבען דרייען מיט'ן קאפ אין די אנדערע דירעקציע, און ער גייט ארום שרייען אז לא על אנכי הצרה הזאת, נישט מיט מיין גוטהייסונג, יענער האט עס געטון אויף די אייגענע האנט, און ער רופט אן הרה"ח ר' אליש ענגלענדער שליט"א פין לאנדאן יצ"ו אז ער זאל איהם העלפן ארויסקריכען פין די בלאטע! זאגט איהם ר' אליש: די האסט דאך געהייסען אזוי טוהן, זאגט ר' י. ה.: ניין שקר נישט איך, ער האט ארויסגעלאזט אזא שם און מיין נאמען.



 



זיצט זיך דער מנהל ביי זיין טישל אין אפיס מיט די הענט איבערן קאפ איינגעבראכען פאר דאגות און פרעגט זיך וואס האב איך געטוהן? צי וועם זאל איך מיך יעצט ווענדן? א. א. ל.? מ. ח. מ.? זיי לאכען דאך מיר אין די פויסטען אריין, יעצט דארפן זיי שוין גארנישט פין מיר, זיי האבן שוין באקומען דאס זייעריגע, אין הערשט האבן זיי נישט באצאלט וואס מען האט אפגשמוסט ווייל די די"ת האט זיך נאך נישט גענדיגט, נו איז וואס וועט זיין? זיצט ער זיך אזוי ביז ער איז מחליט צי רופען זיין אלטן בוזעם פריינט ר' א. בראדט ני"ו ער זאל איהם זינגען א "רחם" מיט א "עד מתי", אה! ער דערקוויקט זיך דאס הראץ און ברואיגט זיך, אין די וואגן פארט ווייטער.......



 



יא יא מנהל, די פארסט טאקע אויף די וואגן פין מהרב"ץ שליט"א, אבער צי ווייסטו אז די וואגן פארט מיט די נאז אראפ, צי ווייסטו אז די מענטשען מיט וועם ער איז ארומגענומען וואלט מען אפילו פין סדום ארויס געווארפען, מיט וועמען וועסטו גיין צים טיש אויב די קענסט נישט אריינברענגען לכה"פ אזויפיל געלט ווי פאריאר, צי ווייסטו אז ביים צד שכנגד ליגט שוין 200,000$ אין קארגע אכט חדשים (פין נאך די נשיאות), נו וואס וועט זיין? די האלט'סט דאך שוין באלד ביים טוהן שידוכים און דא ווערט דער שמוציגע פלאנטער ערגער און ערגער, דער לאזט דיך איבער, אין דער שוין אויך, און דער שטונק גייט ארויס אין גאס מער און מער און אלץ נאר אויף דיין נאמען, נו תכלית?



 



תכלית איז אז דאס אז נאר איין דוגמא, און די זעלבע שפיל חזר'ט איבער ביי נאך אסאך אנדערע, ווי למשל ביים דיין שליט"א וואס האט פארלוירען לכה"פ איבער צוויי הונדרעט יונגערלייט וואס האבן זיך ביי איהם שואל עצה גיווען אויף יעדע ריר סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, "צעירי אברכי באבוב", גאלדענע חשובע יונגערלייט, און האט זיי אויפגעטוישט פאר אזעלעכע מענטשען ווי י. ש., י. ש. ג. וכו', אנשטאט א דיין פין א קהלה זאל זיין פארנומען מיט מאכען עפעס א פשרה און אפשטילען די מחלוקה, איז ער פארנומען טיילן היתרים צי גיין און ערכאות, ארויס טראגען מחרחרי ריב פין ביהמ"ד, און דריקען תירוצים אין "האמת עד לעצמו" פארוואס ער האט זיך נישט געשטעלט גלייך צי א בי"ד, דאס איז א תירוץ פאר א דיין א מורה הוראה אז מען האט געשיקט די הזמנות צי שנעל? די וואלסט זיך געדארפט בעטען אז די ווילסט גיין צי א בי"ד פארגלייכען ווייל דאס איז דעת תורה, אפילו מען וואלט נישט געשיקט קיין איין הזמנה!. אנשטאט שטעלט מען זיך אויף זאגען אז "עס איז קלאר אז די רצון פין רב ז"ל איז אז דער ברודער (האלבע ברודער?) זאל זיין רבי", קלאר הא!



 



נאר וואס דען, איר האט געמיינט איר וועט רייטען אויף דעם אויבערדערמאנטן וואגן, און מיר זאגען דיר אז איר רייט טאקע אויף דעם, נאר מיט'ן נאז אראפ.



 



אין די וועלט האט איר שוין פארלוירען יעדעס ביסל רעספעקט, בלייבט איר איבער נאר מיט באבוב מהרב"ץ (האלב באבוב), און דאס אויך נאר ביז דער איידעם פון מהרב"ץ שליט"א וועט אי"ה ווערן דיין (שוין פארהערט זיך יו"ד ח"א...), און ווען יענער וועט אייך ארויסשטיפען אזוי ווי איר האט ארויסגעשטיפט ר' י. י. האלבערשטאם שליט"א (אנטשולדיגט, נישט איר האט עס געטוהן, אייער שוויגער האט. דער פרישע דיין וועט אויך זאגן אז נישט ער נאר זיין שוויגער....), ווער וועט זיך פאר אייך אהנעמען? די צעירים וועלן נישט צירוקומען, און די אנשי סדום וועלן לאכען אויף דיין מפלה, און וואס וועט זייך תכלית?



 



און אזוי חזר'ט זיך דאס איבער מיט ר' נ. מ. ג. שליט"א און מיט די ראש ישיבה וואס וועט אי"ה ערזעצט ווערן דורך ר' נ. ר. צ. ני"ו, אדער מיט א קינד פין מהרב"ץ שליט"א, און וחוזר חלילה די אלע וואס פרובירן רייט'ן די זעלבע וואגן.



 



דער תכלית איז אז עס איז כדאי נאכאמאל צי געבן א טראכט צי מען זאל נישט אראפשפרינגען פונעם וואגן (ארויף אויף מהרמ"ד'ס וואגען זיכער נישט, אבער לכה"פ אראפ פין די וואגען) און אפלאזען די אלע שטותים, אין זיך נעמען צי די אמת'ע רצון פין רב ז"ל און פין פריערדיגע רב ז"ל, וואס איז תיקון המידות בכלל, אין מדת השלום בפרט, נעבעך נעבעך האלט'ן מיר זייער ווייט פין דעם, זאל נאר מהרב"ץ שליט"א ארבעטען אויף שלום אזוי ווי ער ארבעט אויף נישט שמועסען ביים דאווענען וואלט אלעס גיווען אנדרעש, נאך אלעם איז ער דאך דעם טאטנס א קינד, זאל ער פרובירן נאכמאכען דעם טאטן מיט מדת השלום.



 



איידער מיר פארטיגן ווילן מיר איבערגעבן אן עפיזאד וואס האט זיך פארגעשפילט נישט לאנג צירוק, ווי יעדער ווייסט איז פארגעגאנגען גרויסע צוגרייטונגען צי די יומא דהילולא קדישא פין רב ז"ל, און יעדער האט געוויזען אז ער טראגט זיין דגל, און איז זיין ממלא מקום (אנדרעש ווי געטענהט אין בי"ד אז ער איז בכלל נישט גיווען רב, עפ"ל), האט א יונגערמאן וואס איז ביי צד מהרמ"ד שליט"א, געפרעגט זיין טאט'ן וואס איז ביי צד מהרב"ץ שליט"א, ביי וועם ביזטו צי געגאנגען וואס האזטו געטוהן, וועלעכע יארצייט סעודה? ענטפערט די טאטע: איך פלאן אריין אין בעט און געוויינט א גאנצען טאג אז דער צדיק איז מער נישט דא מיט אונז. אוי נעבעך, רבותי ווי שטייט מען אויף די וועלט, אבד צדיק מן הארץ ואין, אונז האבן נישט זוכה געווען אז דער צדיק זאל זיין אונזער מנהיג.



 



נ. ב. די ארטיקעל ליגט שוין ביי מיר אין טאש א לענגערע זמן, כמה ענינים האבען זיך שוין געטוישט זייט איך האב עס געשריבען....וד"ל.

תוקן על ידי - באבוב_חסיד - 03/04/2006 3:11:55



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2006 00:51 לינק ישיר 

אויף די בילדער פון מלוה מלכה אין ווילי זעט מען דארט חסידי 48 זענען אלע געפארן קיין ווילי אנפילען דעם זאל.

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2006 09:39 לינק ישיר 

לדעתי זה הסיבה האמתית

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1405971



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > קופת רמבעה"נ האט צרות איבעראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext