בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שטורעמישע מיטינג ביי גאבד קארלסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/4/2006 21:28 לינק ישיר 
שטורעמישע מיטינג ביי גאבד קארלסבורג

איך האב באקימען א קאל אז יעצט געפינען זיך רבנים ביי קארלסבורגע רב אין מקאכט ארים וועגען
מרור אויף פסח, ווער סהאט עפעס פרטים, ביטע מיטטיילען



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2006 20:01 לינק ישיר 

"רב" קעניג איז נישט דארט געווען, מען האט אים איינגעלאדענט אנגעהויבען פון דאנערשטאג, פרייטאג און בשעת זיצען דארט ביי די אסיפה האבען אים רבנים גערופען און זיך געבעטען בתחנונים ער זאל קומען און ער האט אפגעענטפערט מיט גרויס חוצפה און ביטול, און נישט געהאלטען ביים קומען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2006 18:57 לינק ישיר 

רב קעניג איז דארט געווען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2006 18:08 לינק ישיר 

ס'איז טאקע געווען וועגען ווערים, אבער נישט אזוי גלאט ווערים, דא שפילט זיך אפ א גאנצע
געשיכטע מיט א יונגערמאן, וואס ער פארקויפט שוין יארען לאנג גרינס מיט
לעטוס'ן וואס דארף צו הייסען ריין פון ווערים, אבער דערווייל איז עס ליידער גאר
צווייפלהאפטיג, ער האלט אין איין טוישען השגחות, יעדע מאל וואס איין בעל מכשיר נעמט אראפ די
השגחה, עפענט ער עס צוריק אויף א צווייטע נאמען, און ער טרעפט כסדר עפעס אפגעפרעגטע בעלי
מכשירים וואס פרייען זיך צו אפאר דאלער

אנהייב ווינטער האט ער געהאט א געוויסע השגחה, מ'האט געמאכט א אסיפה ביי קארעלסבורגער רב
שליט"א, און יענער רב איז אויך דארט געווען, און ער האט תיכף אראפגענטמען די השגחה, און ס'איז
ארויסגעקומען א גרויסער קול קורא מיט אריבער דרייסיג חשוב'ע רבנים, ביז נישט לאנג צוריק איז
ארויסגעקומען דער זעלבער שייגאץ אונטער א נייע נאמען וואס הייסט "רעדי פעק" און
גענומען דערצו אלס בעל מכשיר ר' שלמה קעניג א זון פון יאקע רב און בשותפות פיטערען זיי פאר'ן
אומשולדיגען עולם ווערים צו עסען

קארעלסבורגער רב האט דאס געהערט האט ער אראפגערופען מומחים אין ווערים, און זיי האבען געעפענט
עטליכע פעקלעך פון די פראדוקטען, און ער איז עגווארען נבהל ונשתומם פון די
שרעקליכע בילד, די גרינסען זענען געווען פול מיט ווערים!

ער האט געמאכט א עמערדשענסי אסיפת הרבנים אויף מוצש"ק ביי זיך אין ביהמ"ד, ווי די משגיחים
האבען געעפענט פרישע פעקלעך פון די זעלבע "רעדי פעק" קאמפאני מיט קעניג'ס השגחה, און אלע
רבנים האבען מיט זייערע אויגען געזען די ווערים, און וואס דא גייט פאר, און זיי האבען
געפערליך פארפירט, אז פאר אפאר דאלער איז גרייט א ביזנעס מאן צו פארקויפען טריפה סחורה, און
מכשיל זיין אומוויסענדע יודען מיט הונדערטער און טויזענטער לאוין, און איינער וואס רופט זיך א
רב און ראש הכולל איז דער מסייע לעוברי עבריה

ווי איך האב געהערט דארף ארויסקומען א פרישער קול קורא אויף דעם קאמפאני, תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 03/04/2006 23:11:53



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2006 04:11 לינק ישיר 

נאך א קול קורא קעגן ווערים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2006 21:53 לינק ישיר 

אנטשולדיגט, תיקון טעות די אסיפה איז געווען נעכטען נאכט מוצשק אין קארלסבורגע ביהמד אין בארא פארק, מהאט גערעט וועגען פארשידנענ מרור אין לעטעס וואס איז צווייפעלהאפטיג ווער סווייסט קלארערע זאכען, ביטע מזכה זיין דעם עולם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שטורעמישע מיטינג ביי גאבד קארלסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext