בית פורומים לחשוב מחשבות

SUFFERING...SUFFERING

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/4/2006 00:12 לינק ישיר 
SUFFERING...SUFFERING

Suffering, suffering



Must everybody suffer in this good world? Does everybody suffer? Is it true that everybody must have, and has, a pekele? Is it true that nobody has everything? (ales in einem nishtoo by kienem… an old  Yiddish proverb) maybe you can be rich and smart and  have beautiful erliche children- who knows



There is a legend, popularized in a beautiful song by Yonoson Schwartz and Abish Brodt, that there is a cup of tears in heaven, and that before Moshiach comes it must  be filled  with tears- who is responsible for this idea? Who's brainchild is it? I didn't find it in Chaza''l



The famous philosopher Sigmund Freud was a subscriber to this idea- he claimed that life's purpose is suffering. '' Murphys law'' (''whatever can go wrong will go wrong'') seems to come from the same school of thought


True, most people have some troubles ('' walk up to any person in the street and say ''I heared  about your problem'' he will reply ''who told you''''- Zig Ziglar) but is  it from hashem or a result of their way of living? Don't think I don't have any suffering in my life….not so


Most troubles can be accredited to people's own behaviors. Obesity and health problems, social problems, parnasa, cinuch- almost everything can be blown away if you are willing to do something. Walk a little and watch what you eat, be a little nicer to your wife and kids, and serve your clients with honor and loyalty and don't lie to them 


No denying that Hashem does send some suffering to people, as it says in the torah- but maybe not to everybody


So my point here is that maybe this is a better world than we thought- and maybe we are worse people han we thought…. just maybe


Maybe this can solve some of the questions people ask in despair about hashem. Like: ''why did this (fat) kolel yungerman with five kids have a heart attack while this (skinny- gym freak) bum next door lives and laughs'' maybe we can shift our outlook on the subject



Looking forward. Thanks  


 

THE SPACES BETWEEN LINES WERE REMOVED BY THE EDITORS.

תוקן על ידי - NOTCERTAIN - 04/04/2006 6:09:34



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 07:03 לינק ישיר 

די וועלט קוקט אן דעם באגריף טוב אלס פיזיש גוט. למשל, א הייסע טעלער זופ אין א קאלטן נאכמיטאג, איז גוט.  די סיבה פארוואס טוב איז אזוי אפ ג'טייטשט, איז ווייל אלס יונגער מענטש (קינד) האט מען אזוי פארשטאנן די מושג טוב. קען טאקע זיין אז טוב מיינט דאס אויך, אבער נישט נאר דאס. 

אזוי ווי ציגעלע, גיי איך אויך דורך אנגעשטרנגטע און וואקלענדע צייטן. אנשטאט קוקן אויף דעם בורא אלס א שלעכטר, מיין איך אז ס'איז כדי איבער צוטראכטן וואס טוב מיינט פאר אן ערוואקסענע שכל.

דאס וועט מיך אריין שלעפן אין א שמועס צו דיסקוסירן וואספארא בעלות דער שכל האט אויף פיזישע געפילן, למשל, הונגער. איך וועל דאס נאר אנרירן אין קורצן. אויב וויל איינער נישט עסן פאר א לענגרע צייט, קען ער דאס זוכער טוען. די וואס באגיין זעלבסטמארד דורך א הונגער סטרייק, אדער עכ"פ סטראשן אז זיי וועלן באגיין זעלבסט מארד, עסן נישט פאר גאר לאנגע זמנים. דאס ווייזט, אויפ'ן ערשטן קוק, אז דער מח, אויב וויל ער, קען ער זיך שטארקן איבער זיין פיזישע הרגשים.

אויב דאס איז רעכט, דאן קען דאך דער מענטש צו קומען צו קענן קוקן אויף דעם גאנצן בילד מיט א רואיגקייט, און נישט באשולדיגן דעם בורא. נאר אדרבה, ער וועט אייביג צוריק קוקן און זען ווי אזוי זאכן האבן זיך אויסגשעלט לטוב. איי די שווערע שטיינער אדער אנשטרענגענישן? דאס איז דאך שוין ביי איהם נישט קיין פראבלעם, ווייל ער האט פול'ן בעלות אויף זיין עימאשון.

לויט דעם קען זיין אז דער עכטער טוב מיינט אז ער קען זען די גאנצער פיקטשער פון אויוון אראפ (birds eye view) און דעמאלטס זעט ער אז זאכן האלטן אינמיטן זיך אויספארמען און אנטוויקלן און די אלע שטיינער און אנשטרענגנישן זענן גאר קיין שטיינער נישט עס איז גאר א חלק פון דעם בנין און ווען דער בנין איז פארטיג איז דאס גאר געשמאק.

איך פארשטיי אז דאס איז נישט קיין פארשלאג פאר מתחלים אין מחשבה, אבער ס'קוקט מיר אויס אז דא זענן שטארקע און טיפער טראכטרס האב איך מיך ערלויבט דאס צו דערמאנן.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 04:16 לינק ישיר 

עס איז זייער א גוטע נקודה, זייער אסאך מענטשן - אידן און גוים צוגלייך - פלאגן זיך ארום מיט דעם. ספעציעל די וואס ווילן פארשטיין דעם אויבערשטנס דרכים, ווילן וויסן פשט אין דעם סיסטעם. משה רבינו האט דאך שוין געפרעגט די קשיא פארוואס פאר איינעם גייט גוט און איינעם נישט.

דאס איז אמת, אז מענטשן מאכן א שטיקל צעמישעניש, און יעדע שוועריגקייט וואס מען האט לייגט מען אן אויפ'ן באשעפער. און מען קען זאגן א גרויס חלק פון די פראבלעמען וואס מענטשן גייען אדורך איז זייער אייגענער שולד. איך וועל שעירן מיט ענק א מעשה וואס איך האב אליינס געזען. (און איך דאנק דעם אויבערשטן אז ער האט מיר צוגעשיקט די מראה, כדי איך זאל קענען בעסער פארשטיין דרכי ה').

פאר אפאר יאר צוריק איז אוועק נעבעך א קינד אונטער די רעדער פון א באס ל"ע. א מורא'דיגע טראגעדיע, דער עולם איז צושאסן און צוטראגן. און די חושבי שמו ווילן פארשטיין על מה עשה ה' ככה? פארוואס קומט דאס פאר א קליין קינד שלא טעם טעם חטא, ער איז דאך זיכער נישט שולדיג, פארוואס איז ער אוועק געריסן געווארן.

האט דער אויבערשטער צוגעפירט און פאר עטליכע וואכן צוריק שטיי איך אויף די גאס און שמועס מיט א חבר. פונקט קומט דער אינגערמאן צו גיין מיט א שוואגער זיינעם און זיי שמועסן. אפאר טריט אויף הינטערוויילעכטס גייט א קינד פון דעם אינגערמאן (א ברודער פון דאס קינד וואס איז נפטר געווארן) בערך זעקס יאר אלט. ווען דער איד קומט אן צום גאדער, גיט ער זיך א דריי צוריק און שרייט צו זיין קינד וואס איז געווען בערך צען טריט אונטער אים "משה'לע קום שנעל". און ער דרייט זיך צוריק גראד און קראסט אריבער מיט זיין שוואגער אינאיינעם ווען זיין קינד איז היבש אפגערוקט פון אים. ווען דער טאטע איז שוין געווען אינגאנצן אויף די אנדערע זייט סיידוואק, איז דאס קינד געווען פונקט אינמיטן גאדער. אבער דער טאטע האט זיך נישט צוריק געדרייט פאר א רגע ביז ערשט ווען ער איז שוין געווען טיף אינמיטן די אנדערע זייט גאס. דאס הייסט ער האט בכלל נישט געזען ווי דאס קינד קראסט, און דאס קינד האט געקראסט אליין.

אפילו א נערמאלער טאטע וואטשט אויף זיינע קינדער ביים קראסן. כל שכן א טאטע וואס האט שוין פארלוירן א קינד אין אן עקסידענט וואלט דאך געדארפט האבן פאביעס דערפון (דער אינגערמאן איז זיכער נישט געגאנגען פאר טעראפי), ער וואלט דאך געדארפט אנכאפן זיין קינד'ס האנט ווי א משוגענער. אלא מאי אז ער איז געווען אזוי נאכלעסיג, מיינט דאס אז ער איז אלעמאל אזוי נאכלעסיג מיט זיינע קינדער. ממילא פארענטפערט דאס וויאזוי זיין קינד איז אנגעקומען אין פראנט פון א באס בשעת עס האט געדארפט זיין אין די מאמעס הענט. (אגב, לויט ווי איך געדענק די פרטים פון די מעשה דעמאלטס, שטימט עס אז עס איז פשוט געווען א נאכלעסיגקייט).

נאך א מעשה וואס אין די גאס האט אויסגעקוקט ווי א טראגעדיע און איך בין געוואויר געווארן שפעטער פרטים. עס איז געווען א אינגער מענטש וואס איז געשטארבן אין א טראגעדיע (איך וויל נישט רעדן קיין פרטים, כדי מען זאל נישט כאפן וועם איך מיין), די גאנצע שטאט איז געווען אין א טרויער. למעשה האט מיר דערציילט דער איש שיח פון דעם אינגן מענטש, איינער צו וועם ער פלעגט זיך אלעס אויסרעדן, אז דער מענטש פלעגט ליידן פון אנדערע מענטשן (צוליב די קארופציע פונעם עולם) אזוי ווייט אז ער האט אנגעהויבן מתפלל זיין צום אויבערשטן אז ער זאל אים אוועק נעמען פון די וועלט. א קורצע צייט דערויף איז דאס געשען. (דער איד האט דאס מיר דערציילט בסוד, צוליב דעם ווייל ער האט געוואוסט אז איך בין א מבקש ה').

על כל פנים, אין יעדע מעשה איז דא פרטים וואס איז פארהוילן פאר מענטשן - און אזעלכע זאכן פון וואס מענטשן פארהוילן זיך במכוון - און מען באשולדיגט דעם אויבערשטן. מען דארף וויסן אז ישרים דרכי ה', מ'דארף נאר גוט נאכזוכן די פרטים, וועט מען טרעפן.

אבער נאך אלעם איז יא דא שוועריגקייטן וואס איז איינגעשטעלט אין סדר הבריאה, וואס דאס האט יא דער אויבערשטער אויסגעשטעלט. יעדע זאך וואס דער מענטש וויל עררייכן קומט אן שווער, און עס איז דא שטרויכלונגען אויפ'ן וועג. און דאס אליינס אז דער מענטש קען זיך אזוי גרינג מאכן פראבלעמען, איז אויך פשט אז דער אויבערשטער האט אויסגעשטעלט די וועלט צו פראבלעמען.

נאר וואס דען, די אלע פראבלעמען האבן א מטרה. ווען דער מענטש זאל זיך ספראווען נאר מיט'ן פראבלעם און נישט עס אויפבלאזן און פירן ווייטער, וואלט עס געפירט צו די מטרה. דער תכלית פון א שוועריגקייט איז אז דער מענטש זאל זיך נעמען טראכטן, ער זאל אויפשטיין פון זיין רוטין, און טראכטן וואס גייט דא פאר, וואס טוה איך דא, וכו' וכו'. און מען זעט טאקע די מענטשן וואס שטייגן, נוצן אויס א שוועריגקייט אלץ אן אפארטוניטי, ער וואקסט דורך דעם. און שפעטער זעט ער די טובה וואס איז אים ארויס געקומען פון די שוועריגקייטן. אבער רוב מענטשן טוען דאס נישט, זיי האבן אן זיך ווייקן אינעם פראבלעם, זיי ווערן נעגאטיוו, און באשולדיגן יעדן איינעם, ממילא זענען זיי נישט אבדזשעקטיוו, וואס מאכט דעם פראבלעם נאך ערגער, און זיכער קען ער נישט שטייגן דורך דעם. ממילא קוקט ער אן דאס לעבן ווי א קייט פון פראבלעמען. דער ערשטער אבער קוקט אן דאס לעבן ווי א קייט פון אפארטוניטיס.

און איך בין נישט פון די לאקי וואנס וואס זענען אויסגעשלאסן דערפון. איך האב מיר אויך מיינע דורכגענג. יעצט שרייבנדיג די שורות גיי איך אויך דורך א שטיין אינמיטן וועג (און נישט קיין גרינגע), אף על פי כן זע איך די גוטס דערין. עס פארשטייט זיך אז פאר פשוט'ע מענטשן איז שווער צו דערהערן דעם קאנסעפט, איך האב אמאל נישט געקענט פארשטיין אויב איינער האט צו מיר געזאגט אזא זאך, און פארקערט, איך האב געהאלטן אז יענער פארשטייט מיך נישט. אבער ברוך השם נאך אסאך ליינען און ארבעטן אויף זיך, קען איך יא אקצעפטירן א פראבלעם בשעת עס ברענט נאך. און איך מיין אז יעדער וואס ארבעט אויף זיך קען עווענטועל אנקומען דערצו.

די מער סעלף העלפ בוקס מען ליינט, און די מער מען זוכט א מטרה אין לעבן, און די מער מען זוכט צו עפלייען די זאכן וואס מען לערנט צום טעגליכן לעבן, די מער וועט מען אנקומען. און אלץ מער וועט מען שפירן צופרידענער אין לעבן, און זען די גוטס און די שיינקייט פון דעם באשעפערס הערליכע (שווערע) וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > לחשוב מחשבות > SUFFERING...SUFFERING
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext