גמרא ארטסקרול / מתיבתא / ושיננתם / חברותא
ארטסקרול / מתיבתא / ושיננתם / חברותא
1. טעם און געשמאק, 2. דער מהלך דערין ארטסקרול 1. טעם געשמאק
איך האב דאס ליב.
איך וועל דאס קיינמאל נישט לערנען צוזאמען בחברותא, און נישט אויסגערעדט זיין, ווען איך בין צווישן די לעבעדיגע.. האב איך מיך ליב צו צימבלן און טענה'ן, עכ"פ דאס איז מיין געשמאק, דערפאר ווען איך האב די ברירה לערנען מיט א חבר אויף א געהעריגן "ווילנא גמרא" און זיך דינגן אויפן פשט, וועל איך דאס טוהן.
ס'איז א שטיקל בושה און כמה מקומות צו לערנען אינעם ארטסקרול, (סיבות: ציונות?, געווען קודם אויף ענגליש, צום באמערקן ס'האט נישט קיין היבראיש) גיי פארשטיי, אבער אזוי קוקט מען דאס אן.
איך לערן דערין בעיקר, און די לאנגע שבת נאכמיטאג'ס פון זומער, און יעדן פארטאגס פאר מיין חברותא קומט אן, און ס'געהט א שטיקל חיות אויפצושטיין ווייל דו ווייסט אז "הרב ארטסקרול" וועט דיך נישט לאזן שטעקן בלייבן אינטערוועגנס.
2. דער מהלך
אויסגעשטעלט ממש אז איינער אזוי ווי מיר, נישט קיין ת"ח, נישט קיין ע"ה, זאל קענען ארויסהאבן די גמרא, ווארט נאך ווארט, די ווערטער מיטן טייטש אין פארשטיין.
דו קענסט [ליידער ?] פליעהן שורות, איינס נאכן צווייטן, דו דארפסט נישט צופיל טראכטן "ווי שווער" די קשיא פון די גמרא, איז באמת, ווייל ער לייגט דיר דאס אריין אין מויל. לאידך גיסא, קומסטו אן איין מסכת נאכן צווייטן טאקע צוליב דעם, ובפרט אז זיי האבן שוין זייער פירוש אויף גאר אסאך מסכת, געט דאס חיות צו לויפן פון איינס צום צוווייטן.
די הערות אינטן זענען א קוש צום געבן, איך געדענק נישט ווען זיי זאלן האבן עפעס געברענגט און ס'זאל נישט זיין נוצלעך, צייכענען צו "גאר גוטע רעיונות", א קשיא וואס ס'פאלט איין אויבן אויף, און א טיפזיניגע שאלה. ס'מאכט דעם געשמאק פונעם טאג.
מתיבתא 1. געשמאק נאכ'ן לערנען דערין האב איך מיך געשפירט זייער ב'גדול'ט, איך פארשטיי גרינטליך א שטיקל, עיין להלן. אבער נישט אנהייב. ס'איז צופיל אריינגעשטופט אין איין עמוד, ווייל זיי צוטיילן עס נישט אזוי ווי ארטסקרול.
2. דער מהלך
איך וועל זאגן דעם אמת, ס'איז נאך ניי, אבער ווי ס'שיינט מיר, כשמו כן הוא, ס'ענדלט צו "שיעור עיון".. מ'דארף טראכטן וואס מ'זאגט, דו קענסט נישט פליעהן קיין שורות, דארפסט זיך באמת קאנצעטרירן. [איך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין, אבער הערטס א מעשה, ווען איך האב געלערנט אינעם ארטסקורל גמרא, האט מיר נישט געשטערט ווען מיין שכן האט געקלאפט מיטן פעדער אויפן טיש, צו דאס בענקל האט זיך געשאקלט, ביי די "מתיבתא", איך ווער אסאך שנעלער נערוועז..]
זיי האבן צום סוף אפאר ערליי ליקוטים ילקוט ביאורים אליבא דהלכתא כפתור ופרח יעדע זאך דארף אן עקסטערן ביאור, איך זעה ס'ווערט מיר שפעט. לאמיר שנעל ענדיגן
חברותא צריך גניזה, ווערט א טויטע רעטעך, שרייבט גארנישט, און וואס יא איז עס גע'גנב'עט פון רש"י!
ושננתם, איך האב קוים געלערנט דערין, חברים, זייטס משלים, הצלחה
 |
|
|