|
|
| נשלח ב-6/4/2006 08:40 |
|
| |
מצורף קובץליינט אפ פאראגראף 6, דארט וואו ס'איז היילייטעד.
איבערזעצונג אין אידיש:
אלע רווחים און איינקונפטן דארפן גיין אויסשליסליך פאר וואוילטעטיגע, רעליגיעזע, סייענטיפישע, פובליק סעיפטי, ספרים, אדער ערציאונגס צוועקן.
תוקן על ידי - ארענדאר - 06/04/2006 8:44:57

|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2006 23:20 |
|
| |
מצורף קובץדא איז נאך א נקודה איבער די המספיק "רווחים"...
די גאנצע המספיק סכסוך, איז "בלויז" אויף די הונדערטער טויזענטער (און עווענטועל מיליאנען...) דאלארן, וואס בלייבט איבער אין המספיק יאר יערליך, נאך דעם וואס מאיר ווערטהיימער (לשיטתו... אזוי שטייט דאך אין גאזעט.......) האט שוין צוגעשטעלט די מאקסימום (???....) סערוויסעס, פאר די דיסעיבלד קינדער אין זייערע משפחות, און מאיר ווערטהיימער שארט דאס אריין און די קעשענע.
אט אויף די איבריגע געלטער איז דער גאנצער דיון, און נישט ח"ו, אז די מוסדות ווילן שניידן פון די געלטער וואס גייט צו סערווירן די געברויכען פון די דיסעיבלד קינדער !!! (אזוי ווי מאיר ווערטהיימער פרובירט אונז איינצורעדן....)
די שלוחי ציבור ליפא גראס אין בערל פאלאטשעק, קעמפן אז דאס זאל גיין פאר די געברויכען פונעם ציבור, און דער גוזל מן הציבור מאיר ווערטהיימער וויל דאס נעמען פאר זיך אין די קעשענע.
דא אויפן פארק ווייסט שוין יעדער איינער, אז מאיר ווערטהיימער האט פארדינט און 01' (איידער די גניבה) אלס עקזעקיוטיוו דירעקטאר, 125.000 דאלער א יאר, און זינט ער האט גע'גנב'ט דעם מוסד המספיק, נעמט ער ארויס "אפיציעל" 450,000 א יאר. יעצט לאמיר שוין זאגן, אז מען וואלט עם געגעבן א שיינע רעיס ביז 200.000 א יאר פאר זיין געניטע ארבעט, וואלט נאך אלס פארבליבען א פערטל מיליאן דאלער יערליך פאר די מוסדות הקדושים, און נישט בלויז צו פארגרעסערן און דיקער מאכן, דעם מאטראץ פון דעם גזלן מאיר ווערטהיימער, און דאס איז אויסער די שאר ירקות, ווי די געשוואלענע מסע קאנטראקטן מיט דעם גזלן עמרם כהן (דרוקט דא אין סקרולט אראפ) און נאך מאסיווע דריידעלעך, וויאזוי ווערטהיימער רוקט ארויס בגניבה די איבעריגע רווחים יאר יערליך.
פאלגנד איז א חלק פון די קרימינאלע פאלשע מיטינג מיניטס (קרעדיט: ארענדאר פון די אנדערע אשכול ) ווי מען זעהט אז דער גאנצער סכסוך אין 01', האט זיך אנגעהויבן איבער דעם סורפלוס פון 600.000 וואס עס איז פארבליבען אין די המספיק קאסע, נאכן סערווירן אלע געברויכען פון די קינדער.
תוקן על ידי - כל_העולם - 10/04/2006 2:58:47

 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2006 23:32 |
|
| |
דא איז א טיילווייזע אילוסטראציע, פון די געבליבענע געלטער וואס איז אוועק גע'גזל'ט געווארן פונעם ציבור, דורך דעם גזלן מאיר ווערטהיימער, פאר זיך אין קעשענע.
(קרעדיט: ארענדאר )
תוקן על ידי - גוטזאגער - 10/04/2006 0:14:02
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 19:36 |
|
| |
ארענדאר,
דאס איז געווען די לעצטע שאלה אין די דעבאטע
שאלה נומער 2: די שטיצער פון די אלטע באורד מעמבערס האלטן אין איין טענה'ן אז די ריוח פון המספיק דארף גיין פאר די מוסדות. פון וואו נעמט זיך די טענה? [און איז דאס לעגאל?]
די ערשטע האלבע שאלה האסטע זייער פיין פארענפערט, אבער די צווייטע האלבע שאלה צי עס איז לעגאל, דאס האסטע דערווייל נאך נישט געשריבען איז עס לעגאל?? עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, עס איז דאך טעקס געלטער!! מילא אויב עס בלייבט עפעס איבער ברויך דאך עס גיין צירוק פאר די שטאט, ניין???
ביטע מסביר זיין
תוקן על ידי - kj_village - 10/04/2006 19:43:03
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2006 22:33 |
|
| |
KJ
הערזשע זיך גוט איין, וועל איך דיר מסביר זיין.
המספיק איז א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער, וואס זיי פארקויפן כל ערליי סערוויסעס פאר דיסעיבעלד קינדער, און זיי רעכענען דערפאר טבין ותקלין, און זיי בעטן א פרייז פאר יעדע סערוויס, און די דיסעיבלד קינדער זענען בארעכטיגט צו דעם מעדיקעיד פראגראם, פונקט ווי א געזונטע קינד, און המספיק פאדערט דערנאך פון מעדיקעיד געשוואלענע געלטער פאר אלע סערוויסעס וואס זיי פארקויפן און שטעלן צו פאר די קינדער.
און אנדערע ווערטער, המספיק באקומט נישט קיין גרענטס פון די שטאט עס צו געבן און העלפן די דיסעיבלד קינדער, נאר המספיק איז פונקט ווי א דיין פרייוועט דאקטאר וואס נעמט מעדיקעיד פון פאציענטן, און די שטאט האט אפראווד דעם פאציענט פאר מעדיקעיד, וואס מיינסטו קען דאן דען די סטעיט איינטיילען פאר דעם דאקטאר וואס צו טאן מיטן געלד ?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 06:04 |
|
| |
דאקטאר ווערצבערגער באקומט אויך שווערע הונדערטער טויזנטער דאלאר פון די סטעיט (ער ארבעט אין א חסידישע געגנט און האט דעריבער אסאך מעדיקעיד פאציענטן...) און ער טוט מיט'ן געלט וואס אים שמעקט. די סטעיט קען אים נישט איינטיילן וואס צו טאן מיט'ן געלט, אפילו רוב פון זיינע פארדינסטן קומען פון די סטעיט'ס מעדיקעיד קאסע.
מיר קומען נאכאמאל צו צו דעם זעלבן פאינט, המספיק איז א ביזנעס פונקט ווי יעדע אנדערע ביזנעס. עס איז געעפנט געווארן דורך די הנהלת הקרי' צו העלפן די קראנקע קינדער, און די רווחים (נאכדעם וואס די קינדער האבן שוין באקומען די מאקסימום סערוויס) דארפן גיין פאר די מוסדות, פונקט ווי עס שטייט קלאר ארויסגעשריבן אינעם סערטיפיקעט אף אינקארפארעישאן, און נישט פאר מאיר ווערטהיימער און זיינע קראוניס (ווי למשל מר. המספיק גאזעט) אין די קעשענע.
תוקן על ידי - גוטזאגער - 24/04/2006 6:27:55
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 07:25 |
|
| |
מיט'ן רשות פונעם מנהל וויל איך דא שטעלן די דריטע שאלה:
שאלה נומער #3:
איך בין געווען שטארק סורפרייזד צו הערן אז דער ווילידזש ארבעטער משה טובי' בראווער, און נישט מאיר ווערטהיימער, האט געעפנט המספיק. אפשר קענען ביידע צדדים מסביר זיין בעסער וואס משה טובי' בראווער האט געטאן אין המספיק און ווען און פארוואס ער איז אוועקגעגאנגען פון דארט.
|
|
|
|
|