דא האט איר א בריוו וואס איז געווען אפגעדרוקט אין דעם צייטונג "דער וואכן זשורנאל" וואס אין איר גאר קורצער עקזיסטענץ האט באוויזן איבערצושטייגן די דריי הויפט צייטונגען וואס מיר חסידישע אידן האבן מיט איר אינהאלטרייכן תוכן, הערליכער גראפישער אויסשטעל, און ועל כולם איז עס געווען דער איינציגסטער אומפארטייאישער צייטונג וואס מיט איר שליסונג האבן מיר נייטארלע אידן גאר שטארק פארלוירן.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
א שאד אז אזא ווערטפולע פעדער ווי דאס וואס האברך ר' פנחס גלויבער נ"י פארמאגט האט מען געלאזט פארגיין, אבער ער איז נאך יונג און עס איז צום האפן אז ער וועט נאך מהנה זיין די וועלט מיט זיינע געלונגענע טאלאנטן.
ליינט מיט הנאה:
מיין טייער קינד,
אינעם טאג ווען כ'וועל אלט ווערן און מער נישט זיין דער זעלביגער ווי יעצט, בעט איך דו זאלסט זיך אנגארטלען מיט געדולד און פרובירן מיר צו פארשטיין.
אויב כ'וועל אויסגיסן עסנווארג אויף מיין העמד אדער פארגעסן ווי צוצובינדן די שיך, דערמאן זיך אין די צייטן ווען איך האב דיר געלערנט ווי מען טוט די אלע זאכן.
אויב איך וועל איבער'חזר'ן ווערטער וועמענ'ס אויספיר דו ווייסט נאך פון אנהייב, זאלסטו מיך נישט איבערהאקן נאר אויסהערן. ווען דו ביזט געווען קליין, בין געווען געצוואונגען דיר איבערצו'חזר'ן די זעלבע מעשה'לע טויזנט מאל, ביז דו האסט פארמאכט די קליינע אויגעלעך...
ווען מיר וועלן זיין אינאיינעם און אומווילנדיג וועל איך אויספירן דאס נאטורליכע געברויך, זאלסטו זיך נישט שעמען מיט מיר און פארשטיין אז כ'בין נישט שולדיג ווייל איך קען זיך נישט באהערשן. טראכט נאר וויפיל מאל און מיט וויפיל געדולד איך האב דיר געהאלפן ווען דו ביזט געווען קליין.
זאלסט נישט אויף מיר שרייען ווען כ'וועל נישט וועלן זיך ארומוואשן. געדענק נאר די צייטן ווען איך בין דיר נאכגעלאפן און די טויזנטער תירוצים וואס איך האב געמוזט אנגעבן דיך איבערצוצייגן זאלסט מסכים זיין ארייינצוגיין אין וואנע.
זיי מיר מוחל, ווייל יעצט בין איך אליין דאס קינד.
ווען דו וועסט מיר זען שטיין אומבאהאלפן קעגן די נייע מאשינען און טעכנאלאגישע פאטענטן וועלכע איך וועל נישט עספיען צו פארשטיין פון פריער, בעט איך דיר זאלסט האבן געדולד און מיר לאזן פרובירן זיי צו דערגיין. געדענק נאר ווי איך האב דיר געלערנט אסאך זאכן וועלכע האבן דיר דערשטוינט. איך האב דיר געלערנט עסן, ווי זיך אנצוטאן, און דיר דערצויגן אז דו זאלסט קענען זיך אויסקומען אין לעבן אויפן בעסטן אופן ווי דו שטייסט היינט – אלעס איז צום פארדאנקען מיין פלייס, וואס האט זיך גענומען פון מיין ליבשאפט צו דיר.
אויב וועט אינמיטן שמועסן זיך אמאל מאכן אז כ'וועל פארגעסן פון וואס מיר רעדן, גיב מיר די געפאדערטע צייט וויפיל ס'פעלט זיך אויס כ'זאל זיך קענען דערמאנען. און אויב וועל איך בשום אופן נישט קענען זיך דערמאנען, זאלסטו מיך נישט אוועקמאכן מיט זאגן אז "ס'איז מסתמא נישט וויכטיג", נאר באגענוגן זיך מיט אויסהערן וואס איך רעד.
אויב וועט זיך מאכן אז כ'וועל בשום אופן נישט וועלן עסן, זאלסטו מיך נישט מוטשען. איך ווייס פונקטליך וויפיל איך מעג און טאר נישט עסן. ביטע פארשטיי, אז איך האב נישט קיין ציין און ס'פעלט מיר אויך דעם חוש פון שפירן דעם טעם אין אן עסן.
אויב וועט מיר אינמיטן גיין אנכאפן א שוואכקייט, זאלסטו אויסשטרעקן דיין האנט און לאז מיך אנלאנען זיך אויף דיר, גענוי ווי איך האב דיר אויסגעשטרעקט א האנט צו העלפן דיר גיין מיט דיינע קליינינקע פיסלעך ווען זיי זענען נאך שוואך געווען.
איך האב שטענדיג אויסגעזוכט פאר דיר דאס בעסטע אין לעבן, און האב פרובירט דיך אנגרייטן צו דיין לעבנסוועג אויפן בעסטן אופן. געדענק, אז מיט מיין יעצטיגן שריט גרייט איך דיר אויך צו א גוטן וועג אין לעבן אין דער צוקונפט...
זיי נישט טרויעריג און שפיר זיך נישט אומבאהאלפן צוליב דעם וואס איך זע נישט אויס און בין נישט ווי אמאל. לייג צו אביסל הארץ, פארשטיי מיך און גיב מיר א הילפס-האנטווי איך האב עס דיר געטאן ווען דו האסט אנגעהויבן לעבן אויף דער וועלט. איך בעט דיר, זאלסט מיר יעצט באגלייטן אויפן וועג וואס פירט דער ענדע פון מיין לעבנסשפאן.
גיב מיר ליבשאפט און געדולד, און איך וועל דיר אפגעבן דאנקבארשאפט אינאיינעם מיט דער אויסטערלישער ליבשאפט וואס איך שפיר צו דיר.
מיט ליבשאפט,
טאטי