בית פורומים כל העולם כולו

**********א גיטער אין שנעלער וועג ***********

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/4/2006 18:40 לינק ישיר 
**********א גיטער אין שנעלער וועג ***********

איך עפען די אשכול מיטען ציל אז מען זאל זיך אויסטוישען אינפערמאציע איינער מיטען צווייטען בנוגע וועגן, פין און צי די היימישע פלעצער
{די רעיון איז מיר נולד געווארן נאך א תגובה וואס איך_הער האט געשריבען אין א צווייטע אשכול}

אין וואין אין קר"י אין איך ווייסט נישט מער ווי צוויי וועגן אריין צי די סיטי די FDR אין די BQE
אין איך פאר גאר אסאך אריין אין די סיטי

עס זענענן דא נאך צענדליגע ווען וואס מען קען נעמען למשל די טאנעל'ס וכדומה
איך געדענקט יעצט ביי די סטרייק איז געווען אפאר גיטע וועגן קיין בארא פארק אביסל לענגערע טאקע, אבער עס האט פארמיעטן די טרעפיק וכדומה 
עס איז א דבר בעיתו ווייל אין די קימענדיגע חדשים גייען מאסן אידען זיין אויף די וועגן,חוה"מ, קאנטריס,קעמפעס,וכדומה

 
ביטע.וועגן דעם  ווער עס האט צייט אין געדילד
ביטע  שרייבט אפ לטובת הרבים וויפיל וועגן איר ווייסט נאר צי פארען צי איינע פין די פאלגענדע פלעצער
ביטע אפשרייבען אפילו די פשוט'ע וועגן ווייל וואס איז פאר אייך פשוט, קען זיין פאר א צווייטען א נייעס

1}די וועגען פין קר"י צי די וומסב"ג.{אין פארקערט}

2}די וועגען פין קר"י  צי ב"פ {אין פארקערט}

3}די וועגען פין ב"פ צי וומסב"ג, {אין פארקערט}

4}א וועג פין די סיטי צי די מאנטוענס {פאר א יאר זימער ביי די ביטערע עקסידענט ל"ע האט איינער געשטעלט אין חדשות אנ"ש  
גיטע שארקאטס אנציקימען אין די מאנטועס, ווער עס קען לייגען א יד אויף יענע אשכול ,למצווה גדולה יחשב}
אזוי אויך האט מען דאן געהערט אויף די ראדיע גיט ווען ארויס פין טרעפיק

5}גיטע איידיעס אינמיטען וועג {אין די באקאנטע וועגן} ווען מען פאלט אריין אין טרעפיק, ווי אזוי מען דרייט זיך ארויס,

6}וכדומה 

איך האף אז מען וועט זיך נעמען די מי אין שרייבען,  יישר כח 
עס איז יכער אז אויב מ'וועט שרייבען דא וועלן הינדעטער {אויב נישט טויזענטער} אידן הנאה האבן





תוקן על ידי - kj_village - 04/04/2006 19:14:30



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/7/2006 18:25 לינק ישיר 

נא MONROE06 נעם דיך צי די ארבעט...........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/7/2006 21:47 לינק ישיר 

עכטע נייעס

איך גלייב נישט אז פין די אשכול וועט נאך עפעס ווערן
כ'האב שוין צוויי מאל פראבירט, אין עס איז געווען אן הצלחה

אבער, די וואך אין די צייטונג ביי די קאלום פין "גרידאלאק שמואל" איז דא א
א אינטערסאנטע וועג ווי אזוי ארויסציפארן פין די סיטי,
ווער עס קען זאל עס אריינסקענענן לטובת הרבים

תוקן על ידי - kj_village - 02/07/2006 21:49:54



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/6/2006 22:04 לינק ישיר 

kj_village יעצט דארף די אשכול צו זיין גיט פארן עולם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2006 20:34 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין צייט יעצט פאר יו"ט דורך צו קוקען אלע וועגן.
דוכט זיך מיר אזאיך האב עס פאריאר געזעהן און ס'איז גוט.

אבער א גרויס חלק ווענדט זיך אויך אין די צייט אין טאג,
וועלעכע טאג און וואך,
וועלעכע חודש אין יאר,

מ'דארף קענען קאסטימייזן א וועג.


נאך יו"ט אי"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2006 19:13 לינק ישיר 

קרעדיט פארען מחבר (איך געדענק נישט דעם נאמען)  איך האב עס מיר אראפגענימען לעצטען זומער ווען איינער האט דאס געלייגט אויף חדשות אנ"ש.

ווען איך האב דאס אריינגעלייגט אין א ווארד פייל האט זיך א חלק אויסגעמישט ווי איר וועט באמערקען ווען איר וועט דאס ליינען, איז ווער עס האט אביסעל צייט זאל דאס אויסשטעלען לזיכו את הרבים.


1 - אויב איז דא טראפיק אין די פאלגענדע קאמבינעישאן, וויליאמסבורג בריק, עף. די. אר., הארלעם ריווער דרייוו, זאל מען פארן מיט דעם בי. קיו. אי., גרענד סענטראל, מעידשאר דיגאן קאמבינעישאן ביזן וואשינגטאן בריק אויב איז דא טראפיק ביי איינע פון די טונעלען - לינקאלן, האלאנד- זאל מען נעמען דעם וואשינגטאן בריק, די זעלבע פארקערט אויב איז דא טראפיק ביים וואשינגטאן בריק, זאל מען נעמען איינע פון די טונעלן.

2 -
אויב איז דא טראפיק אויפן 80/95 זאל מען נעמען דעם 4/17 קאמבינעישאן, אדער דעם פאליסעידס פארקוועי.

3 -
אויב איז דא טראפיק אויפן רוט 4 נארט, זאל מען נעמען דעם רוט 80 ביז ניו דזשער. רוט 17, אדער ביזן גארדען סטעיט נארט און פארן אויפן גארדען סטעיט נארט ביז ניו דזשער. רוט 17 אדער ביזן ניו יארק סטעיט טרו וועי.


4 -
אויב איז דא טראפיק אויפן ניו דזשער. רוט 17, זאל מען פארן אויף רוט 80 ביזן גארדן סטעיט פארקוועי נארט, און אויפן גארדן סטעיט, ביז ניו יארק סטעיט טרו וועי, אדער זאל מען פארן אויפן רוט 4 ווייטער נאך 1.4 מייל ווי רוט 4 צוטיילט זיך און מען דארף זיך האלטן צום ניו דזשער. רוט 208 נארט און מען פארט 9.5 מייל אויפן רוט 208 ביז 287 נארט ווי מען פארט נאך 9.1 מייל ביז ניו יארק סטעיט טרו וועי, אויב ווייסט מען פון די טראפיק אויפן ניו דזשער. רוט 17 פאר מ'איז שוין אויף רוט 4, קען מען נעמען דעם פאליסעידס פארקוועי ביז עקסיט W9  וואס איז די ניו יארק סטעיט טרו וועי.


5 - אויב איז דא טראפיק אויפן ניו יארק סטעיט טרו וועי צווישן עקסיט 15 און 16, זאל מען ארויספארן ביי עקסיט *:namespace prefix = o />

און ביים טראפיק לייט מאכן א לינקס אויפן OLD 17, ווי מען פארט 14.8 מייל ביז ניו יארק רוט 17 WEST עקסיט 131, ווי מען מאכט מען א רעכטס אריין צום נ.י. רוט 17 וועסט.


און ביים טראפיק לייט מאכן א לינקס אויפן OLD 17, ווי מען פארט 14.8 מייל ביז ניו יארק רוט 17 WEST עקסיט 131, ווי מען מאכט מען א רעכטס אריין צום נ.י. רוט 17 וועסט.

6 -
אויב איז דא טראפיק אויף אנהייב פונעם נ.י. רוט 17 אין די מאנראו געגנט, נאך דעם טרו וועי עקסיט 16 ווען מען פארט דורך דעם 'טאל בוט', פארט מען ארויס דעם ערשטן עקסיט 131, און ביים טראפיק לייט מאכט מען א לינקס און מען פארט 1.3 מייל ביז ווען עס קומט זיך צוזאם מיט M17 דארט מאכט מען א שארפע רעכטס אויפן M17,


7 -
אויב איז מען געווען אויפן


OLD 17, איז נאך 13.4 מייל טרעפט זיך דער OLD 17 מיטן M17 האלט מען זיך לינקס, און מען פארט אויפן M17 9.1 מייל ביז טשעסטער ווי מען פארט צוריק אריין אין דעם נ.י. רוט 17 ביי עקסיט 126.

געדענקט: אויב זענט איר פארבלאנדזשעט, אדער סטאק אין טראפיק ובפרט ערב שב"ק, רופט 'חברים קרית יואל', אויף 845-774-0127 און מיר וועלן אייך פארבינדן מיט איינע פון אונזערע חברים וואס קענען זיך אויס אין דירעקשאנס


8 -
צום וואשינגטאן בריק קען מען פארן דורך ריווערסייד דרייוו, וואס הייבט זיך אן ביי וועסט 72 סטריט, [פון וויליאמסבורג בריק פארט מען גראד אויך דילענסי סטריט, און מאכט א רעכטס ביי סיי וועלעכע גאס ביז האוסטאן סטריט, מען מאכט א לינקס אויף האוסטאן סטריט [ביי זעקסטע עווניו ווערט עס א וואן וועי] און מען פארט ביז וועסט סטריט, מען מאכט א רעכטס אויף וועסט סטריט [וואס ווערט ביי וועסט 59 סטריט וועסט סייד הייוועי], ביז וועסט 72 סטריט, מען מאכט א רעכטס אויף 72 סטריט, און תיכף א לינקס צו ריווער סייד דרייוו[, ריווערסייד דרייוו פארט ביזן וואשינגטאן בריק, [מען קען פארן פונעם וועסט סייד הייוועי צו ריווערסייד דרייוו ביי וועסט 72, וועסט 79, וועסט 96, וועסט 125, און וועסט 128 סטריטס].


9 -
אויב איז טראפיק אויף וואשינגטאן בריק קען מען פארן דורך דעם האלענד טונעל [פון ווילימסבורג בריק פארט מען אויף דילענסי ביזן עק, דארט מאכט מען א לינקס אויף לאפיעט, און תיכף מאכט מען די ערשטע רעכטס אויף ברום סטריט, און נאך זעקס גאסן צוטיילט זיך די גאס האלט מען זיך לינקס, און ביי דריטע טראפיק לייט פארט מען גראד אריין צום ענטרענס פון האלאנד טונעל] נאכן האלענד טונעל פארט מען גראד 1.1 מייל צום 1-9 סאוט [נישט פארן צום 78] אויפן 1-9 סאוט פארט מען נאך 1.2 מייל, ווי מען פארט ארויס צו 1-9 וועסט, אויפן רעמפ האלט מען זיך רעכטס, אריין צום 1-9 וועסט, אויפן 1-9 וועסט פארט מען 2.6 מייל ביזן עק ביים טראפיק לייט, ביים לייט האלט מען זיך לינקס צו רוט 3, אויפן 3 פארט מען 4.2 מייל ביז ניו דזערסי רוט 17 נארט.


10 -
אויב איז דא טראפיק אויף נ.י. רוט 17, קען מען פארן מיט רוט 208/52 קאמבינעישאן ווי פאלגענד, ביי עקסיט 130 אויף נ.י. רוט 17 פארט מען ארויס, אויפן עקסיט ווען עס צוטיילט זיך האלט מען זיך רעכטס וואס טראגט אריין אין רוט 208 נארט, נאך 10.0 מייל מאכט מען א רעכטס אויף רוט 207/208 און תיכף א לינקס אויף רוט 208 נארט, ווי מען פארט 8.4 מייל ביז רוט 52, מען מאכט א לינקס אויף רוט 52 וועסט, ווי מען פארט 19.8 מייל ביז רוט 209 , און פון דארט קען מען זיך דרייען אויף רוט 209, אדער קען מען פארן נאך 11.5 מייל, צו ווי עס קומט זיך צוזאם רוט 52, 42, און רוט 55.


11 -
אויב איז דא טראפיק אויף נ.י. רוט 17, קען מען פארן מיט רוט M17 84 42 קאמבינעישאן ווי פאלגענד, ביי עקסיט 123 פארט מען ארויס צו רוט M17, ווי מען פארט 4.7 מייל ביז עקסיט 3 אויף אינטערסטעיט 84, מען פארט ארויף אויף אינטערסטעיט 84 וועסט, ווי מען פארט 14.8 מייל, ביז עקסיט 1, מען פארט ארויס ביי עקסיט 1, מען מאכט א לינקס אויף רוט 6, אויף רוט 6 פארט מען 1.9 מייל ביז רוט 42/97, מען האלט זיך רעכטס צו רוט 42/97, אויף רוט 42/97 פארט מען בערך 2.7 מייל ווי עס צוטיילט זיך אויף רוט 97 און רוט 42 האלט מען זיך רעכסט צו רוט 42, אויף רוט 42 פארט מען 19.4 מייל ביז בראדוועי קארנער רוט 42, [צענטער פון מאנטיסעלאו, קרית ויואל משה איז מיט 1 מייל פריער אויף רוט 42].



12 -
אויב איז דא טראפיק אויף נ.י. רוט 17, קען מען פארן דורך גאושען טורנפייק ווי פאלגענד, ביי עקסיט 124 פארט מען ארויס, ביים טראפיק לייט מאכט מען א לינקס, און מען פארט ביז נעקסטן טראפיק לייט, מאכן מען א רעכטס אויף רוט 207, ווי מען פארט 0.7 פון א מייל ביזן טראפיק לייט, ביים לייט האלט מען זיך רעכטס, [נישט מאכן קיין גאנצן רעכטס], ווי מען פארט נאך 0.6 מייל ביז רוט 83 [סקאטשטאון עווניו], מען מאכט א לינקס אויף רוט 83, ווי מען פארט 4.8 מייל, ווי עס קומט זיך צוזאם מיט רוט 211, פארט מען גראד, און עס טוישט זיך דער נאמען אויף גאושען טורנפייק, ווי מען פארט 4.0 מייל, ווי עס טרעפט רוט 302, מען מאכט א לינקס אויף רוט 302, און תיכף צוריק א רעכטס אויף גאושן טורנפייק, ווי מען פארט נאך 3.3 מייל ביזן עק, ווי עס טרעפט זיך מיט רוט K17, דארט פארט מען צוריק אריין אין נ.י. רוט 17 ביי עקסיט 116.


 

תוקן על ידי - איןבעיה - 11/04/2006 19:17:47



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2006 06:45 לינק ישיר 

עכטע_נייעס איז גערעכט,
קיינער פארט נישט יעצט, און ווער יא קוקט נישט אויף הייד פארק פאר א וועג.

kj_village איך וואלט דיך געראטען אז די זאלסט ארויפברענגען די אשכול נאכאמאל פאר מ'פארט אין קאנטרי,

איך וועל דיר שטארק ארויסהעלפען דעמאלטץ, איך קען רוב פארשטופטע ראודס אין אראנדזש, אלסטער און סאליוואן און אביסעל ראקלאנד און וועסטשעסטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2006 05:52 לינק ישיר 

קעי דשעי

א אשכול דארף אויך מזל

די האסט געהאט דא צוויי פלאפס

1) די האסט עס געפענט יענע טאג וואס דער רבי שליט"א איז אוועק געפאלן האט מען נישט געשריבען גארנישט

2) די האסט עס ארויף געברענגט צוויי טעג פאר פסח

איך האלט די זאלסט עס ארויף ברענגן פאר דער עולם פארט צו די קאנטרי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2006 05:44 לינק ישיר 

יא, אבער נישט א טאג פאר פסח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2006 05:18 לינק ישיר 

טאקע א גוטער איינפאל, פארוואס זע איך קיינעם נישט שרייבן אין די אשכול? איז נישטא קיין איין דרייווער צווישן אלע גולשים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2006 23:32 לינק ישיר 

איך אפעליר נאכאמאל, אפשר וועט עס איצט זיין מיט מער מזל, אין דער עולם וועט שרייבען אין דעם אשכול  

ווייל  יענע טאג וואס כ'האב גע'עפענט די אשכול איז דער רבי שליט"א אוועק געפאלן האט מען נישט געשריבען גארנישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > **********א גיטער אין שנעלער וועג ***********
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext