דער מצב איז בערך אזוי
ווען רבינו הקדוש שליט"א האט פארלוירן באוואוסטזיין פאר א קורצע צייט, צוליב ווייניג בלוט -
לויט די באריכטן האט מען אים געגעבן א בלוט טראנזפיושען און עס האט זיך געמאכט א קאמפליקאציע
- ווען מען האט אים צוריק געברענגט צום באוואוסטזיין האבן די נירן/קידניס אויפגעהערט צו
ארבעטן - וואס איז א נארמאלע געשעהניש אין אזא מצב - ווי אויך האט די הארץ אנגעהויבן צו פאלן
זייער שטארק
נאך עטליכע שעה און די תפילות פון די טויזענטער אידן בכל קצוי תבל, האבן מען ב"ה סטאביליזירט
די הארץ, אבער די קידניס/נירן פוקציאנירן נישט
דער מצב איז יעצט, אז מען האפט און מען בעט אויף רחמי שמים אז די קידניס זאלן צוריק אנהייבן
ארבעטן
אויב ח"ו ... איז ליידער דער מצב, אזוי
דייאלעסיס, לויט קראנטע מקורות, קען מען נישט געבן, אבער 'הימאו' דייאלעסיס קען מען יא מעגליך
מאכן,
לעבן אן קידניס און אן דייאלעסיס איין וועג אדער אנדערן איז מאקסימום עטליכע טעג
רבותי, לאמיר אלע דאווענען, זאגן תהלים, לערנען, אז רבינו הקדוש מרן משה בן ברכה סימא, זאל
האבן א רפואה שלימה
|
|