בית פורומים כל העולם כולו

מסיבה כאי"ל תערוג היינט אין שאפינג סענטער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/4/2006 04:29 לינק ישיר 
מסיבה כאי"ל תערוג היינט אין שאפינג סענטער

די עסקנים וואס העלפן אברהם יושע לאנדא האבן געמאכט א עקסעלענט זשאב היינט... זיי מאכן א מסיבה און דרייען איבער די שטאט אז מזאל העלפן די טאטע וואס איז באפרייט געווארן נאך א יאר וואס מפייניגט אים שוין, און העלפן די קינדער וואס ווילן קענען זאגן קדש "ווען די טאטע קומט אהיים" פון שול... די סלאגען אויף אלע צעטלעך איז כאי"ל תערוג על אפיקי מים מיט נאך עפעס ווערטער...
די מסיבה איז געמאכט דורך זלמן לייב אינדיג, ישראל הערש רייך, ישראל משה האלענדער, יענקי שטול, משה לוי ברוין, און נאך אפאר, אויסער דעם איז דא נאך א צעטל מיט נעמען פון א לאנגע ליסטע מיט יונגעלייט עסקנים וואס העלפן צו. בקיצור א מעסטער זשאב.
ווער סאיז נאך נישט געווען קען נאך אריינכאפן צו גיין.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 08:04 לינק ישיר 

ביי די מסיבה האט מען געזען מי ומי ההולכים.

עס האבן געשטראמט הונדערטער יונגעלייט, אבער כמעט קיינער פון זיי איז נישט געווען א זאלי. 95 פראצענט פון די ציבור וואס האט זיך באטייליגט זענען געווען חסידים פון רבי'ן און פון רב שליט"א.

עס איז געווען א סוקסעס וואס קרית יואל האט נאך קיינמאל נישט געזען ביי א טיי אוונט.

צווישן די אידן וואס זענען געקומען און זיך משתתף געווען איז געווען ר' אלישע האראוויץ און ר' אליעזר ווייס, מראשי הקהלה, און נאך (מארגן וועל איך ארויפלייגן א לענגערע רשימה פון די מכובדי הקהלה וואס האבן זיך משתתף געווען.)

מען האט געקענט זען ווער ס'מיינט אמת'דיג און ווער ס'זוכט נאר אפצוטאן. די זאליס זענען נישט געווען צום געפינען ביי די מסיבה. ווען עס קומט צו געבן געלט איז קיינער פון זיי נישטא.

ווי יעדער ווייסט איז דער ביטערער בלוט בלבול אויסגעטראכט געווארן דורך א גרופע רשעים, זאלונים צוזאמען מיט אהרונים, וואס האבן עס געטאן מיט איין איינציגן ציל, רשעות לשם רשעות, כדי צו צווינגען דעם יונגערמאן מוותר צו זיין אויף זיינע קינדער אז זיי זאלן בלייבן נאר ברשות אשתו. בשעת מעשה האבן די זאליס זיך ארומגעדרייט און באשמוצט דעם רב אז אין זיין ישיבה ארבעט א קעכער וואס מען זאגט אויף אים געפערליכע זאכן, כאטש זיי אליינס האבן קלאר געוואוסט, פונקט ווי יעדער איינער, אז עס איז א געמיינער בלבול און בלויז געצילט צו צווינגען דעם יונגערמאן מוותר צו זיין אויף זיינע קינדער.

אבער ווען דער חשוב'ער יונגערמאן איז באפרייט געווארן פון זיינע צרות, האבן די זאליס מיטאמאל אויסגעדרייט דעם דאשיק. זיי האבן אנגעפאנגען צו קלעימען זיג. זיי האבן פלוצלינג זיך אנגעפאנגען צו מאכן כאילו זיי האבן גארנישט געהאט צו טאן מיט די גאנצע זאך, כאילו זיי זענען די גאנצע צייט געווען לטובת דעם יונגערמאן און אים געהאלפן.

Well, היינט נאכט האט זיך ארויסגעשטעלט ווער עס האט באמת געמיינט די טובה פון דעם יונגערמאן און ווער עס האט געמיינט רשעות. מען האט קלאר געזען פון וועלכן לאגער מען האט געשטראמט צו די מסיבה און געעפנט די פאקעטס און זיך געלאזט קאסטן גרויסע געלטער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 06:32 לינק ישיר 

גייט אלע אריבער מיט פילע טאשן און ליידיגע מאגן'ס און גייט אהיים מיט ליידיגע טאשן און א פילע מאגן וזכות המצוה יגן על כל העוסקים, ורפואה שלימה למרן רבינו משה בן ברכה סימא כאפט נאך אריין גייט אלע אריבער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מסיבה כאי"ל תערוג היינט אין שאפינג סענטער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext