בית פורומים כל העולם כולו

איז די ביליגע פסח יריד'ס א מצוה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/4/2006 23:04 לינק ישיר 

פאקטיש יענקעלע, בנוגע פאקט 2

קיק אן די מצאות הדברים וועסטע זען אז די גרויסע משפחות וואס נעמען ארויס מער ווי איין גמ"ח אויף פסח
אדער די קליינע משפחות וואס האבן סתם אזוי נישט,
די זענענן בעיקר וואס קויפן ביים יריד!!!

כ'פלעג אויך אמאל קויפן דארט, {תיכף נאך כולל} כ'האב עס געזען מיט די אויגן
גיי אהין איין מאל, קיק וועסטע זען
איי וועסטע פרעגן מהיכן???? פין ווי איז דא די געלט?????

די תירוץ איז
אז מען האט געבארגט,

צי עס איז ווערט אדער נישט איז שוין א דעבאטע, אבער די מציאות איז אז זיי זענען די וואס קויפן!!


בנוגע די גראסעריס,
איך בא'שמיץ נשיט קיינעם, איך זאג נישט אז זיי טיען  א עוולה, עס איז זייערס אין זיי מעגען טיען דערמיט כאדם העושה בתוך שלו
אבער די מציאות איז, אז  די גראסעריס אין קר"י זענענן היבש טייער, איך ווייס נישט וועמענס שולד עס איז,
איך פארגין זיי עס מיטען גאנצן הארץ, ווי לאנג איך האב ב"ה עס צי באצאלן
אבער אויב קען מען שפארן פאר איינעם פאר פסח אפילו 100 דאלער דורכון יריד האט מען א רעכט עס צי טיען
איך האב נישט געקויפט ביים יריד, אין איך וועל עס ווייטער נישט טיען, איך האב נישט קיין געדילד דערצי
אבער אונז אלע צאל מיר מער געלט פאר גראסערי ווי אין ,מאנסי, וומסב"ג ,קאנטרי, גיי ווייס פארוואס


תוקן על ידי - kj_village - 10/04/2006 23:25:22



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2006 23:09 לינק ישיר 

KJ דו מיזט איינקויפן פאר אפאר הונדערט דאלאר און דווקא גרעיפ דזשוס וואס דארט איז מער ווייניגער דו איינציגסטע פלאץ וואס איז דא א שטיקל דיפרענץ פון די גראסערי נאכן 15 פראצענט כדי צו קענען שפארן הונדערט דאלאר , און איך מיין אז נארמאל געטראכט האט עס נישט קיין פשט צו טוהן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2006 23:18 לינק ישיר 

KJ האסטו אמאל 'קאמפערד' פרייזן צווישן מאנסי און מאנראו, אדער ס'איז גענוג אז מען זאגט אז אין מאנסי איז ביליגער אין מאנסי איז ביליגער פעטמארק און שאפרייט פראדוקטן גאלדן פלאו, מהדרין, ניו סקווער, און אזוי ווייטער רעכענען אין מאנסי פונקט ווי אין מאנראו נאך א נקודה, עס דאכט זיך מיר אז דו האסט קיינמאל נאך נישט אויסגערעכענט, וויפיל אן אייטעם קאסט, נאך די 15 הנחה אויב מען קויפט איין העכער 50/100 דאלער נאך א נקודה, וויפיל איז ביליגער יעצט ביי שבת אחים, ווי ביי פעיפער פלעסטיק פלאס רעכענט א גאנץ יאר, ווידער א פראגע האסט גענומען די מיה נאכצוקוקן, אדער איז גענוג אז מען שרייבט גרויסע ווערטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2006 23:22 לינק ישיר 

פאקטיש

צי זיין אויפריכטיג,
כ'האב קיינמאל נישט "קאמפערד" אז אין מאנסי איז ביליגער, כ'האב עס נאר געהערט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2006 23:30 לינק ישיר 

יענקעלע, פאטאקי, פאקטיש, קרית יואל'ער ווילעדזש.. יישר כח, עטס האטס ארויסגעברענגט גאר גוטע נקודות אויף ביידע זייטן פונעם מטבע.

איך האלט ווי יעדעם! ווי דער מאמר החכם "דו ביסט אויך גערעכט".

קויפן מיר דען נישט גענוג און נאך אין גראסערי אפילו יעצט? מיין גראסערי פסח-ארדער איז נעכטן געווען $405.12, נאכן נעמען פונעם פסח יריד!

איך מוז אלעס אלעס נעמען פונעם גראסערי מאן?,

יישר כח נאכאמאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2006 00:08 לינק ישיר 


אומדירעקט,
וואהאאאאאא, $405.12, וואס האסטו צוזאם געקויפט פאר אריבער 400 דאלאר, האסטו דארט געקויפט די מצות ומרור?, גראדע מרור קויף איך נישט, ווייל איך האב ביי כרפס אינזין צו פטרן דעם מרור..., אבער 400 דאלאר אן וויין, פעפער גודס, פעמפערס, און קארטאפל, עפעס סאונד דאס זייער א סאך,

ניין דו דארפסט נישט אלעס קויפן ביים גראסערי, און נישט דאס איז געווען די אישוי, דער מדובר איז געווען צו עס איז אזא גרויסע אויפטוה, אדער איז עס סתם להגדיל הטראסק, צו איז עס טאקע געמאכט צו העלפן כלל ישראל, אדער סתם אזוי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן,






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איז די ביליגע פסח יריד'ס א מצוה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.