ווי איז די ביליגסטע פסח יריד?
איך האב זיך אפגעהאלטן פון צו שרייבן ביז יעצט ווען די קאמפעטישען פון די פאליטישע געמיינדעס איז שוין דערנאך, ווייל איך האב נישט געוואלט אנאנסירן קיינעם פון זיי, אבער יעצט וויל איך שרייבן וואס איך האב געזען דעם יאר, און ווי עס האט זיך געלוינט ענדערש צו קויפן.
צווישן איחוד און סעד ועזר איז געווען רוב זאכן ביליגער ביי איחוד אבער סאך א ווייניגער אויסוואל, נאך א זאך איז געווען בעסער ביי איחוד אז מען האט געקענט קויפן מיט טשעקס און זיי האבן נישט צוגערעכנט 2% ווען מ'האט געקויפט דורך קרעדיט קארד. ביי סעד ועזר האט מען געקענט קויפן מיט קעש אדער קרעדיט קארט פלאס צוויי פראצענט.
פאריאר איז איחוד געווען היפש טייערער ווי סעד ועזר, דאס מיינט אז נישט יעדעס יאר איז דער טייערער און דער ביליגער נאר עס טוישט זיך כסדר.
חוץ דעם האב איך געזען נאכן איינקויפן א גאנצן שטוב פראדוקטן אז מיין גראסערי איז געווען ביליגער ביי געוויסע אייטעםס
|
|