| נשלח ב-10/4/2006 07:32 |
|
| |
ס'איז שוין גארנישט קיין מיסטעיק די פעמילי קארט
איך האב געזעהן אן אשכול פון קעניג און ח.א.ס. אזוי (ר' אהרן'ס גרויסע מיסטעיק מיט פעמילי קארט ווען ר' אהרן גייט נישט אין פעמילי קארט, אנצוקלאגען דעם רבי'נס געטרייע באגלייטער, אין ער טרייט ווען נישט ארויס צו גנבענען די מעדיקעל רעקארדס פין די דאקטוירים, וואלט ער ווען אפשר געקענט זיין היינט בעה"ב אין שפיטאל. ער וואלט געקענט דארט אנקימען, אין זאגען אז איז דער עלטסטער זין, אין ער דארף האבען קאנטראל אויפען רבי'ן. (אין איך וויל נישט ארויס שרייבען, וואס ער וואלט דארט געקענעט אפטין, וד"ל) אין אויב הרב ליפא מיט משה וואלטען געטענהט אז דער רבי האט זיי געמאכט די פראקסי, וואלט ר' אהרן געקענט זאגען, ליגענט, עס הייבט זיך נישט אן, ווי איז געוועהן דער פראקסי ביז יעצט? אא"וו. אז איר האט טענות, דאן ריפט מיך אין קארט. אין מעגליך וואלט זיך דאן אנגעהויבען א די"ת, אין אפשר אויך א געריכטליכע פראדעצור, אין ווער ווייסט וואס עס וואלו זיך דאן אויס געקאכט. אין דערווייל וואלט ער מעגליך געוועהן דארט טאקע בעה"ב. אין ווער ווייסט וואסערע ליגיונות זיי וואלטען געקענט ארויס באקען פין דארט, אז דער רבי האט דאס געטין, דאס געזאגט, און דאס געשריבען. אבער ב"ה, דער אויבערשטער האט הארט געמאכט את לב פרעה, אין ער האט יא געטרייט ארויס צו גנבענען די רעקארדס. האט מען דאך גראד געדארפט מאכען די פראקסי. אין ער האט יא געריפען אין פעמילי קארט, האט דאך דזשאדזש לעווינטאהל ארויס געשריבען קלאר אויפען רעקארד, אז דער רבי האט יא געשריבען א פראקסי פאר הרב ליפא אין משה, אין אז זיי זענען יעצט גענצליך בעה"ב, אזוי ווי דער רבי האט אלע יארען געוואלט. אין יעצט איז ר' אהרן געבליבען גענצליך אינדרויסען! ) עד כאן פון קעניג וויל איך אים זאגן אז איך האלט אנדערש איך האלט אזוי אז ווען די ארוינים גייען ח"ו נישט צו דזשאדזש לעווינטאהל וואלט ווען געווען אזוי ווען דזשאדזש ראזענוואסער וואלט געבעטן צו גיין צו רבינו שליט"א וואלטן די זאליס געקענט זאגן אז א דזשאדזש קען נישט גיין צו רבינו שליט"א אזוי ווי זיי האלטן טאקע און איין זאגן אבער יעצט אז די ארוינים זענען געגאנגן צו דזשאדזש לעווינטאהל און משה גבאי האט אים אריין געלאזט צו רבינו שליט"א וואס האט דזשאדזש ראזענווסער געפאסקנט???? און די זעלבע זאך וועט אי"ה יעצט זיין מיט די אפעלט זיי ווייסן אז לעווינטאהל איז געווען און ראזענוואסער נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 23:32 |
|
| |
מיין טייערער חבר שפיטצער: פארדריי נישט ביטע דעם אשכול. ענטפער צו דער זאך. אויב די קענסט. ישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 06:39 |
|
| |
אזוי ווי ניו_יארק איז צוריק אויף געשטאנען וועל איך דא דערמאנען דעם עולם וואס געדענקט שוין נישט ווען ער איז געשטארבן,
א טאג נאכדעם וואס ער האט געמאכט א מיסטעיג און געשריבן מיט זיין ניק קעניג אנשטאט ניו_יארק, און אזוי ווי ער מיינט מ'האט שוין פארגעסן וויל איך אים דערמאנען. יעצט בעט איך פון קעניג א טובה סטאפ זיך משיגע מאכן דא שרייב געהעריג מיט דיין ניק קעניג קיין איין נארמאלער מענטש האט נישט ליב צו ליינען פון ווען איינער שרייבט פאלטש
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 06:28 |
|
| |
נוי_יארק
די שמעקסט מיר ווי א פאלטשע ניק.........
קען זיין מיין נאז טויגט נישט אבער עפעס געפעלט מיר נישט מיט דיר..
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 06:08 |
|
| |
ווייל איך בין אן ארויני, מיינט דאס נישט אז איך מיז נאכגיין אלע איינרעדינישן אין עקסטרימיזם, וואס מיינע חברים שרייבען דא. שפיטצער: די פארגלייכסט א וויזיט פין א פאמיליע ריכטער צי זעהן אויב אלעס איז און ארדענונג און פרעגן דעם רבין א שאלה אויף וואס ער האט צירוק געשאקעלט מיטען קאפ, צו אן אפישעל קארט סעשאן/אפידיוואט פין א סיוויל קארט ריכטער?! און ווייל רויזנוואסער האט דאס אויסגעטייטשט ווי אזוי די זאגסט, מיינט דאס אז נארמאלע ריכטערס וועלן דאס אויך אזוי אויס טייטשען?! פארגעס נישט, רויזנוואסער איז טאקע גיט געוועהן פאר אינז, אבער קאמאן, יעדער האט קלאר געזעהן ווי בייעסד ער איז פאר אינז! אין פין די סטעי וואס די זאליס האבען האבען באקימען, קען מען זייער גיט דערשמיקן וואס די אפעלאט גייט פסקענען.
יאנקעלע: רעד נישט קיין עתידות, ווייל די ווייסט נישט וואס עס גייט זיין. ער גייט זיין אין ראדני, ער גייט, ער גייט, ער גייט.................. ווען די האסט עס אויף וואס צו בויען, איז איין זאך. אבער סתם אזוי אין די וועלט אריין? פליעס!
עכטע נייעס: קעניג שרייבט, אז ווען נישט די קארטס, וואלט דער רב געוועהן בעה"ב אין שפיטאל. וואס האסטו אים גענטפערט, אז אלעס איז די זעלבע? דאס איז דאך זיין פאוינט. אז אלעס איז די זעלבע וועגען די קארטס. ווען נישט די קארטס, וואלט עס דאך בעסער געוועהן פאר אינז!
איםדירעקט: דיין הערה האט מען שוין אויס געשמיסט אסאך מאל, אז דאס איז דאך זייער טענה, אז זיי האלטן אז דער רב גייט אקעגען זיין טאטען, און אלס דעם האט ער פארלוירען זיינע רעכטען ביים טאטען. ווייל אז ער וויל זיין ביי זיין טאטען אזוי ווי אלע קינדער ביי זייערע טאטעס אזוי ווי די זאגסט, דעמאלסט זאל ער זיך אויף פירען אזוי ווי אלע קינדער פירן זיך אויף צו זייערע טאטעס. מיר האלטן טאקע אנדערש, אבער ווי לאנג זיי זענן בעלי בתים ביים רבין, קיקט מען אויף זייער מיינונג, נישט אויף אינזערס. די זאגסט אז מען האט געטון דאס וואס מען האט געדארפט. גראדע האלט איך אויך ווי קעניג, אז דאס האט בעקפייערד. קען זיין אז מען האט דאס געדארפט טון, אבער מיט אויס רעכענונג איז דאס נישט געוועהן. מיט די קלאגע, איז קלאר ארויס געברענגט געווארען, אז דער רב איז ליידער נישט ליגעלי בעה"ב.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 05:17 |
|
| |
אומדירעקט, האסט א פוינט, אבער מיט דעם אלעם שרייבן שפיצער און עכטע נייעס גאנץ גוט צוריק פאר דעם נארישן קעניג.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 18:05 |
|
| |
וואס "מיסטעיק'ט" מען דא? יא מיסטעיק נישט מיסטעיק.
מען האט געטוהן דאס וואס מען האט געדארפט טוהן! סימפעל.
מ'לאזט נישט אריין קינדער צו א טאטע'ן, אייניקלעך צום זיידען, איך ווואונטש נישט פאר קיינעם עס צו האבן ביי זיך, אונזערע זיידעס, וואס עס געפינען זיך שוין כמעט נישט פון די אידן בתוכינו, קומט זיך ערליך די הויפענעס נחת דקדושה, וואס זיי האבן זיך אזוי ערליך פארדינט נאכן אויפשטעלן אזא ערליכן דור, מיט מסירת נפש נאך די צווייטע וועלט מלחמה.
ובפרט אז מען האנדלעט דא פון א רבין און מנהיג, וואס האט אוועקגעגעבן שעות אויף שעות אויף שעות אויפצטוהן פאר'ן כלל, קומט זיך זיכער אז ער זאל ווען דערלעבן נחת א טראפ אויף די עלטערע יארן.
מיר האבן געטוהן די "נארמאלסטע" זאך וואס איז שייך, א פארברעך וואלט געווען ווען מיר טוהן דאס נישט.
אויב "מיסטעיק" איז די איינציגע טעות אז מען האט דאס געטוהן נאך אזויפיל יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 17:34 |
|
| |
איך פארשטיי און גאנצען נישט די חילק פון פאר די לעווינטאל פסק און פון נאכדעם לאמער זעהן פאר די לעווינטאל פסק האט ר' אהרן געקענט אריין גיין צו זיין טאטע און דערהיים?! ניין
(חוץ ווען ער האט זיך אריין געכאפט) פאר די לעווינטאל פסק האט ער געקענט גיין צו זיין טאטע און שפיטאל?! יא פאר די לעווינטאל פסק האבן די זאלי'ס געשריגען ווען ער איז געגאנגן און שפיטאל?! יא פאר די לעווינטאל פסק האבן די זאלי'ס געשריגן אז ער ריפט זיין טאטע און קארט?! יא יעצט לאמער זעהן וואס איז געשען נאך די לעווינטאל פסק?? נאך די לעווינטאל פסק
האט ר' אהרן געקענט אריין גיין צו זיין טאטע און דערהיים?! ניין
(חוץ ווען ער האט זיך אריין געכאפט) נאך די לעווינטאל פסק האט ער געקענט גיין צו זיין טאטע און שפיטאל?! יא נאך די לעווינטאל פסק האבן די זאלי'ס געשריגען ווען ער איז געגאנגן און שפיטאל?! יא נאך די לעווינטאל פסק האבן די זאלי'ס געשריגן אז ער ריפט זיין טאטע און קארט?! יא קען דא איינער זאגן פון וואס קעניג רעדט יא וואס איז יעצט אנדערש??????.
תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 10/04/2006 17:37:58
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 16:45 |
|
| |
קען זיין, אז ווען די אייניקלעך גייען "נישט" אין פאמילי קארט וואלט רבי אהרן געווען בעל הבית אין שפיטאל, כלשונו פונעם קעניג אין חא"ס, אבער דאס "יא" גיין אין פאמילי קארט וועט אי"ה דירעקט העלפן רבי אהרן זאל זיין בעל הבית אין ראדני און אין אלע סאטמארע מוסדות... אזוי ווי הרב שפיצער האט שוין מסביר געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 07:39 |
|
| |
איך האב פארגעסן יעצט ווען די זאליס האבן געגעבן זייער פאפירן און אפעלט קארט שרייבן זיי אז רבינו שליט"א נעמט שוין נישט אויף קיין מענטשן פון זימער אבער יעצט אז די ארוינים זענען געגאנגן צו לעווינטאל און מ'האט אים יא אריין געלאזט שוין נאך זימער וואס וועלן די אפעלט דזשאדזש'ס אי"ה זאגן?
|
|
|
|
|