בית פורומים כל העולם כולו

זאכען וואס איך פארשטיי נישט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/4/2006 23:19 לינק ישיר 
זאכען וואס איך פארשטיי נישט

אפאר זאכן וואס מען טיט יעצט פאר פסח וואס איך ווייס נישט די הסבר דערפין

1}פארוואס באצאלט קהל די שמות??
איז דאס עפעס א זאך וואס עס ליגט אויף קהל אז זיי מוזען באגראבן די שמות??
איז עפעס אזוי שווער ארויס צי נעמען ייעצט פאר פסח פין טאש נאך פינף דאלער פאר שמות, בשעת ווען פאר קהל איז עס אין די טויזענטערס,צי באצאלן יעדעמ'ס שמות

אויב איז דאס א סערוויס וואס זיי געבן פאר אויסגעצאלטע מעמבערס וויל איך אז זיי  זאלן באצאלן ענדערש מיין חלה טייג פארברענענן, פארוואס דאס דארף איך יא באצאלן??
אדער אפשר דאס אפשערן פאר פסח, וכדומה
איך פארשטיי נישט פארוואס קהל האט די הוצאה פין שמות, וואס קאסט זיי זיכער אין די טויזענטערס,
אבער פאר יעדעם עקסטער וואלט עס דעקאסט צווישן 5 אין 8 דאלער!!

2}פארוואס באקימען די מלמדים א דיסקאנט אויף די מצות????
זיי מאכן פיל מער געלט ווי א BֲH ארבייטער אדער א GֲG ארבייטער,וכדומה, א 47 ארייבטער  אסאך מער געלט
ווייל זיי האבן אלע די אכטע חלק מיט פוד סטעמפס חנוכה געלט פורים געלט באס געלט וכדומה וכדומה
רוב מלמדים שטייען זייער זייער גיט פינאציעל , א גרויס חלק האלטן שוין אינימיטען אויסצאלן די צווייטע דירה
בשעת ווען די מלמדים צאלן נישט קיין שכר לימוד
אין רוב אינגעלייט דארפן בליטיגען דאס צי באצאלן!!

זיי באצאלן נישט קיין לעקטער
היפ באצלט זיי עס

די זעלבע זאך פארוואס באקימען זיי א דיסקאנט אין בוטשער???
עס איז דא אסאך אנדערע הינדערטער  אינגעלייט וואס קענענן עס אסאך בעסער ניצען
איך טראכט אפשר ווען די כלי קודש באקימען ווען נישט קיין דיסקאנט, וואלט אפשר די זאכען געווען אביסל ביליגער

המשך יבא

תוקן על ידי - kj_village - 10/04/2006 23:29:27



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2006 03:45 לינק ישיר 

פארוואס? ווייל ס'דא אידען וואס ווילען האבען א זכות אין זיין תורה און נישט אין דיין ארבייט אין B&H אדער G&G אז דו וועסט קענען איבערצייגען די קצב אדער די מצה בעקעריי אז דער אייבערשטער שעצט דיין ארבייט מער ווי זיין לערנען מיט תשב"ר וועט מען דאס גלייך טוישען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-10/4/2006 23:50 לינק ישיר 

האבן דיינע קינדער אזעלעכע שלעכטע מלמדים כלי קודש האבן אלעמאל געהאט ספעציעלע פריוויליגיעס פארואס, וועל איך מסביר זיין א צווייט מאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאכען וואס איך פארשטיי נישט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext