זאכען וואס איך פארשטיי נישט
אפאר זאכן וואס מען טיט יעצט פאר פסח וואס איך ווייס נישט די הסבר דערפין
1}פארוואס באצאלט קהל די שמות?? איז דאס עפעס א זאך וואס עס ליגט אויף קהל אז זיי מוזען באגראבן די שמות?? איז עפעס אזוי שווער ארויס צי נעמען ייעצט פאר פסח פין טאש נאך פינף דאלער פאר שמות, בשעת ווען פאר קהל איז עס אין די טויזענטערס,צי באצאלן יעדעמ'ס שמות
אויב איז דאס א סערוויס וואס זיי געבן פאר אויסגעצאלטע מעמבערס וויל איך אז זיי זאלן באצאלן ענדערש מיין חלה טייג פארברענענן, פארוואס דאס דארף איך יא באצאלן?? אדער אפשר דאס אפשערן פאר פסח, וכדומה איך פארשטיי נישט פארוואס קהל האט די הוצאה פין שמות, וואס קאסט זיי זיכער אין די טויזענטערס, אבער פאר יעדעם עקסטער וואלט עס דעקאסט צווישן 5 אין 8 דאלער!!
2}פארוואס באקימען די מלמדים א דיסקאנט אויף די מצות???? זיי מאכן פיל מער געלט ווי א BֲH ארבייטער אדער א GֲG ארבייטער,וכדומה, א 47 ארייבטער אסאך מער געלט ווייל זיי האבן אלע די אכטע חלק מיט פוד סטעמפס חנוכה געלט פורים געלט באס געלט וכדומה וכדומה רוב מלמדים שטייען זייער זייער גיט פינאציעל , א גרויס חלק האלטן שוין אינימיטען אויסצאלן די צווייטע דירה בשעת ווען די מלמדים צאלן נישט קיין שכר לימוד אין רוב אינגעלייט דארפן בליטיגען דאס צי באצאלן!!
זיי באצאלן נישט קיין לעקטער היפ באצלט זיי עס
די זעלבע זאך פארוואס באקימען זיי א דיסקאנט אין בוטשער??? עס איז דא אסאך אנדערע הינדערטער אינגעלייט וואס קענענן עס אסאך בעסער ניצען איך טראכט אפשר ווען די כלי קודש באקימען ווען נישט קיין דיסקאנט, וואלט אפשר די זאכען געווען אביסל ביליגער
המשך יבא
תוקן על ידי - kj_village - 10/04/2006 23:29:27
 |
|
|