בית פורומים כל העולם כולו

כתב אישור מכירת חמץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/4/2006 01:22 לינק ישיר 
כתב אישור מכירת חמץ

איך געדענק יארן צוריק האט פאסירט דא אין בארא פארק אז א היימישער סוחר האט זיך דערמאנט פסח ביינאכט אז ער האט פארגעסן צו פארקויפן דעם חמץ פון זיין סופערמארקעט, און דער דעברעצינער רב ז"ל און להבחל"ח רבי יחזקאל ראטה שליט"א זענען ביזי געווען פארן סדר מיט די שאלה וואס ער דארף צוטוהן,

איז מיר אויף געקומען א געדאנק, אז פארוואס פארלאנגט מען נישט אז יעדער סוחר און יעדער גראסערי מאן זאל ארויס לייגן אין זיין געשעפט א כתב אישור פונעם רב אז ער האט ביי עם פארקויפט דעם חמץ, פארוואס טראסט מען דעם סוחר אז ער האט זיכער פארקויפט דעם חמץ, אפשר האט ער פארגעסן, אפשר האט ער זיך פארלאזט אויף זיין שותף, און זיין שותף האט זיך פארלאזט אויף עם, און קיינער האט דעם חמץ נישט פארקויפט, און דאן איז שוין א גרויסער נסיון, זיך מודה צו זיין,  ווען עס האנדעלט זיך אין שווערע געלטער און גרויסע בזיונות, לדעתי קען מען קיינעם נישט טראסטן ביי אזא איסור חמור ווי חמץ שעבר עליו הפסח, אויף אסאך קלענערע פוקפוקים און שאלות, טראסט מען נישט די סוחרים, און מיט רעכט, ווייל זיי זענען נוגעים בדבר, יעדער רעסטאראנט, יעדער בעקערי, יעדער מאכל דארף האבן א הכשר אז מען לייגט חלילה נישט אריין א דבר טרפה אדער א דבר איסור, נישט חלילה ווייל מען איז זיי חושד, נאר ווייל ווען עס קומט צו געלט קען מען קיינעם נישט טראסטן,

על כן האלט איך אז ביים פארקויפן דעם חמץ קען מען זיי אויך נישט טראסטן און זיי דארפן א כתב אישור אז מען האט טאקע פארקויפט דעם חמץ,

וואס האלט דער עולם???



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2006 16:23 לינק ישיר 

monroe06
פארוואס ווילסטו אזוי שטארק איך זאל גיין העלפן מיין ווייב? JUST WONDER,
אז מען האט נישט וואס צו שרייבן, איז מען שטיל,
איך האלט אז פערצאפאל איז די אישוי, זייער א וויכטיגע,
יעדעס יאר נאך פסח ווען איך קויף איין אין גראסערי קלער איך,
שמא, אפשר, האט ער פארגעסן צו פארקויפן דעם חמץ, ווער ווייסט?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2006 06:27 לינק ישיר 

יענקעלע

איך האלט אז די זאלסט גיין אביסעל העלפען דיין ווייב, און זיין ווייניגער ביזי מיט שטותים גדולים.

BTW האסט שוין פסח'דיג געמאכט דיין קאר?
האסט שוין אנגעגרייט די לולב צו פארברענען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2006 01:42 לינק ישיר 

יענקעלע11

100% גערעכט

און די וומ"ס באלעטין פון פ' צו איז דא אזא מעשה פון צוויי מענטשן מיט א ביר ברענריי וואס איינער האט זיך פארלאזט אפען צווייטען און זיי האבן נישט פארקויפט די חמץ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כתב אישור מכירת חמץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext