monkeys say דיינו
לכבוד יום טוב!
Monkeys Say 'Dayenu!
It's that time of year again at the zoo: when the monkeys get fat and lazy thanks to Orthodox Jews.
*--begin paragraph*
Security has been tight this week at the Central Park Zoo, with ticket takers, staff, and guards on the lookout for suspicious packages of cookies, pretzels, hot-dog buns, and pound cake. Observant Jews have till Wednesday to clear their houses of hametz (leavened products) before Passover, and every year many of them take their castoffs to the zoo. Baffled zoo staff note that the snow monkeys are the main beneficiaries of the pre-holiday pig-out, apparently because the polar bear's glass wall is too high and the sea lions would only be interested if offered gefilte fish. ''If a big group comes in carrying bags, admission is going to notice,'' says zoo spokesperson Kate McIntyre. *--end paragraph*
*--begin paragraph*
The small, pink-faced snow monkeys (Japanese macaques) may not mind the interruption to their grooming routine and carefully prepared diet of fruits, greens, and nuts, but their caretakers sure do. Standard protocol is to politely ask food-throwers to stop. If they persist, security hovers and asks again (last year, one food-flinger said, ''I don't answer to you; I answer to a higher power''), but they are rarely ejected. ''They really don't know why they shouldn't do it,'' says one zoo volunteer. ''They think they're doing a good deed. I can't say they like it when I tell them to stop. My answer to them is to take it to a shelter.'' Other volunteers aren't so tolerant. ''If we see them do it, we should either frisk them for food or throw them out,'' insists one. *--end paragraph*
*--begin paragraph*
But Yula Kapetanakos, an assistant curator, notes that the observant visitors don't throw anything that bad. The real risk for the animals in eating too much people food is that they will get fat and lazy. Often the monkeys become so sated after their pre-Passover feast that they won't go inside later for dinner. *--end paragraph*
*--begin paragraph*
Rabbi Moshe Elefant of Orthodox Union says there's no religious imperative to give the food to animals. Still, ''our tradition is not to waste food,'' he says. ''If we could give it to some animals to eat, that's the best.'' And since the run-up to Passover is so busy, Elefant says, the zoo's just convenient. It's more common for Orthodox families to go to city zoos in the middle four days of Passover, when the kids are out of school. Kapetanakos says the main things thrown by the big crowds then are bananas and matzo, that Passover staple. But Rabbi Elefant says, ''I'm not sure how many animals are up for matzo.''
מאנקי'ס זאגען דיינו!
שוין נאך אמאל דער צייט אינעם יאר וואס א דאנק די ארטודאסישע אידען ווערען די מאנקיס אין דעם זָא [גן החיות] פעט און פויל.
פון קארל ווינצענט
דער זיכערהייט פון דעם צענטראלע פארק אין ניו יארק איז פארשטארקט געווארן די וואך.די וואס נעמען די טיקעטס, סטעף, און שומרים שטייען אויפען וואך צו כאפען פארדעכדיקטע קאקיס פרעצעלס האט-דאגס און לעקעך. פרומע אידען האבען ביז מיטוואך פטור צו ווערען פון זייער חמץ אין זייער היימען, נאך איידער דער יום טוב פסח קומט צו גייען. און א טייל אידען האבען זיך געמאכט אזא מנהג פון נעמען אלע חמץ צו דער זָוא.
די איינגעשטעלטע סטעף זענען געוועהן צומישט פארוואס עפעס פונקט די שניי מאנקיס זענען די וואס באקומען צו אכל'ענען מער ווי די אנדערע חיות. ווייזט אויס, אז דער גלאזענער וואנט וואס פארשטעלט די בערען, איז צו הויעך. און די ים-לייבען ווילען ענדערש געפילטע פיש.
די ווארט זאגערין פונעם פארק, קעטי מעקענטייער, האט געזאגט: "אויב א גרעסערע גרופע מיט זעקעלעך קומען צוגיין, וועלען מיר באלד פארשטענדיגען אלע איינגעשטעלטע, אז זיי זאלען זיין אויף די וואך"
פאר די קליינע יאפאנ'עזע רויטע-פנים מאנקיס גייט גארניש אהן, זיי זענען ביזי זיך צו פוצען כסדר, און עסען דעם ספעציעלע דייעט פון פרוכט ניס אין גרינ'ס. אבער זייערע אויפזע'ערס זענען יא מקפיד אויף וואס זיי עסען. דער געווענליכער צוגאנג איז צו בעטען שיין פון די וואס ווארפען עסען אז זיי זאלען אויפהערען. אבער אויב זיי פאר'עקשן'ען זיך קומען די שומרים און פארבעטען זיי נאכאמאל אויפצוהערען, אבער כמעט קיינמאהל קומט עס נישט דערצו, אז מ'זאל איינעם ארויס ווארפען. פאר א יאר האט א ווארפער מיט דרייסט צוריק גע'ענטפערט פאר א וועכטער: "איך דארף דיר נישט אפ-געבען קיין דין וחשבון, חשבון גיב איך פאר איינעם וואס איז העכער פון דיר" ווייזענדיג צום הימעל.
"זיי ווייסען נישט פארוואס זיי זאלען דאס נישט טוען" האט געזאגט א וואלאנטיר. "זיי מיינען אז זיי מאכען א מצוה. איך שטעל מיך פאר אז זיי האבען נישט ליעב ווען איך שטעל זיי אפ. "איך עצה זיי אז זיי זאלען טראגען די חמץ צו א שעלטער (הקדש). אבער אנדערע וואלאנטירען זענען נישט אזוי טאלעראנט. און האבען געזאגט: "אויב מיר זעען זיי דאס טוען דארפען מיר זיי באטאפען און זיי אונטערזיכען, אדער ארויס ווארפען פון דא".
אבער יולא קאפעטאנאקאס, איינע פון די פארוואלטער האט אונגעמערקט אז די פרומע באזיכערס ווארפען נישט עפעס שלעכטס ח"ו. דער אמת'ער סכנה פאר די חיות איז פון עסען צו פיהל ווערט מען פעט אין פויעל. עס טרעפט זיך אז די מאנקיס ווערען אזוי זאט פון די חמץ מאכלים פאר פסח אז שפעטער קומען זיי מער נישט אריין צו עסען נאכטמאל.
הרב הגאון מורינו רבי משה עלעפאנט שליט"א פון די או יו האט איבער געגעבען אז עס איז נישט דא א חיוב מדאורייתא או דרבנן צו געבען די חמץ מאכלים פאר חיות. "דאך ביי אונז איז דא די ענין פון בל תשחית, און אויב מ'קען עס געבען פאר א חיה איז מה טוב ומה נעים." דער רב האט אויך צוגעגעבען: "זינט דער עולם איז שטארק פארנומען מיט הכנות צום יום טוב פסח איז עס פשוט די גרינגסטע צו ברענגען די חמץ צו די חיות."
אבער מער געווענליך איז פאר ארטודאקסישע פאמיליעס צו באזוכען די זָא'ס אין מיט'ן פסח דורך אויס די פיר טעג פון חול המועד. מר. קאפעטאנאקאס זאגט: "מערסטענס ווארפט מען דאמאלס בענענעס מיט מצה. אבער הרב עלעפאנט טענה'עט: "איך בין נישט זיכער ווי פיל חיות זענען אינטערעסירט אין מצה".
|
|