ס'איז אלטע נייעס. די זאליס שפירן געפערליכע היץ, און האבן וועגן דעם לעצטנס געמאלדן אז זיי זענען שוין גרייט צו גיין צו דין תורה ,און אז זייער בורר וועט זיין דער מאנטריאלער רב. וועגן דעם האבן די ראשי הקהלה באשלאסן קלאר צו מאכן אז סאטמאר איז גרייט און איז אלעמאל געווען גרייט צו גיין צו דין תורה.
פארשטייט זיך אז די שאנסן אז ס'וועט אנקומען צו א דין תורה זענען 0. די זאליס ווייסן אז זיי האבן נישט קיין שום מעגליכקייט צו געווינען א דין תורה, אבער זיי ווילן שלעפן די צייט, ווייל זיי שטייען שמאל אין קאורט, און ווילן האבן די דין תורה גרייט על כל צרה שלא תבא, אז אויב זיי פארלירן אין קאורט זאלן זיי קענען שרייען אז זיי ווילן גיין צו דין תורה.
|
|