וואס איז ציזאמגעשטעלט געווארען דורך די באנקראטירטע ארגענעזאציא בכדיי צי וויזען פאר דעם עולם אז די ארגענעזאציא וואס דער בעל מילעך קעסטעל אין דער באקאנטער מעוות דינים" /> פורום: כל העולם כולו - פאליטישע ערוב אסיפה א חוה"מ – בחדרי חרדים
בית פורומים כל העולם כולו

פאליטישע ערוב אסיפה א חוה"מ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/4/2006 01:17 לינק ישיר 
פאליטישע ערוב אסיפה א חוה"מ

די פאליטישע ערוב אסיפה פין א" חוהמ> וואס איז ציזאמגעשטעלט געווארען דורך די באנקראטירטע
ארגענעזאציא בכדיי צי וויזען פאר דעם עולם אז די ארגענעזאציא וואס דער בעל מילעך קעסטעל אין
דער באקאנטער מעוות דינים רב ר"ל שטייען בראש לעבט נאך, אין די גאנצע פראטעסט איז געצילט באשר
זיי האבען מורא אז זייער ארגענעזאציא ווערט אויסגעשפילט, באשר זיי באשטייען פין
סתם פראטעסטירערס אנע טעם אין אויך בכדיי צי מאכען געלד שלא כנגד התורה אז עס איז שוין יארען
באקאנט דער עווית הדין וואס ווערט טעגלעך פראקצעטירט דארעך זייערע עומדים בראש ליידער וד"ל
אין סאיז באקאננט אז די מנהיגים פין די ארגענעזאציא זענען נישט קיין שונאיי בצע ר"ל
אין רוב קהילות אין וויליעמסבורג רעכענען שוין זיך בכלל נישט מיט זייער באנקראטירטע ארגענעזאציא

אבער זיי וויסען נישט אז דער צוג פארט וייטער אין די ארגענעזאציא וואס שטייט בראש פין בעל
מילעך קעסטעל אין דאר באקאנטער מעות הדין רב ר"ל איז אן ארגענעזאציא אנע א אמתדיק ערליכע
מנהיגים וואס זייער ארגענעזאציא איז בבחינת סתם מקשן אין באשטייט פין פראטעסטירען א קעגען
יעדען LAMP POST אין N.Y.

די מנהיגים פין די ארגענעזאציא זענען ענדלעך צי שכורים וואס שטייט אין מיטען די גאס אין זיי
וייזען מיט די האנט וויא א TRAFFIC POLICE אז די קארס זאלען פארען אין עס איז נישט דא בכלל
קיין קארס אויף די גאס אבער מיט זיין קרימען קאף דאכט זיך עם אז ער איז די TRAFFIC AGENT
אויף די גאס חאטש סאיז נישט דא קיין קארס

די זעלבע איז מיט די באנראטירטע ארגענעזאציא וואס בראש שטייען רבנים וואס טרעטען אויף די תורה
אין וויא עס איז באקאנט ביי אלע ערליכע רבנים אז די ראשים פיין די ארגענעזאציא זענען טעגלען
מעוות הדין אנע מורה האבען פין דעם בעל הבירה ר"ל

עס איז אינטערסאנט צי באמערקען אז די ארגענעזירערס פין די פאליטישע ערוב פארזאמלונג
האבען געהאט שטארק חשק צי האבען אמתדיקע גדולים בי די מיטינג אין זיי האבען זיך געבעטען ביי
הרהג מוה ר געצעל שליטא אז ער זאל האלטען א דרשה וועגען ערוב

מוה ר געצעל שליטא האט זיי גענפערט אז זיי זאלען ריפען די אב"ד ק"י מוה ר אהרן שליטא צי רעדען
וועגען דעם ענין

די ארגענעזאציא האט גענפערט אז מוה ר אהרן איז נישט WELCOME ביי א טייל פין די ארגענעזאציא

אויף דעם האט מוה ר געצעל שליטא געזאגט אז אויב דער אבד ק"י שליטא איז נישט אנגענימען ביי
אייך דאן קען איך נישט גיין צי ענק

אין עס איז באקאנט אז כלל ישראל בני נביאים האבן א באזינדערע חוש צי וויסען ווער איז די
ריכטיגע גדול בישראל אין מנהיגן של ישראל

עס איז איטערסאנט צי באמערקען;
באמת פין רבינו הקדוש מסאטמער זיע זאגן נאך מגידיי אמת בענין ערוב וואס איז משתמעון לתריי אנפין

ר הערשעל וועבער האט געזאגט בתורת עדות אז די רבי מסאטמער שליטא האט געלאזט שיקען די מוה ר
דוד קליין שליטא אז BROOKLYN איז זיכער נישט קיןן רשות הרבנים

במילא קען קיינער נישט זאגען וואס די פסק פין רבינו הקדוש מסאטמער זיע איז לגבי ערוב, ובפרט
וואס לאנגע יארן בעת ווען רבינו הק מסאטמער זיע האט געלעבט אין איז געוועהן די מרא דאתרא פין
ביהמד אין אויך ר" חיים מנשה שליטא איז געוועהן דיין , אין פאר צוואנציג יאר האט זיך דער
ערוב געצויגען אין פארענט פין די סאטמערע ביהמד אויף גאנץ RODNEY ST. אין וויא איז די בושה
אז מגעט א דריי מיטען דאטשיק וויל סאיז עם געשמאקער דאס צי טהון לויט זיין היינטיגער פאליטיק

די גדוליי הפוםקים ותלמידיי וחסידיי רבינו מסאטמער זיע וויא דיין ראטה שליטא, אדוארער רב שליטא,
מוה ר מאיר וועבערמאן שליטא,פסקענען במפורש אז ממעג טראגען מיטען ערוב, אין אזוי האט במפורש
גגעפסקענט רבינו מסאטמער שליטא

אויך באנצט מען זיך מיטען ערוב אין ירושלים

במילא איז גאנץ קאמיש אין היפאקריטיש אז די ארגענעזאציא האט זיך נישט געשעמט צי ברענגען א
יאר עדות רב DAVIS
איינער וואס מאכט אויס שבת פארן זמן פין רבינו ת"ם וואס לויט שיטת רבינו ת"ם איז עס א חילול
שבת, אין ברענגען דיעות פין ליטווישע רבנים וואס א גאנץ יאר שרייט מען א קעגען זיי , וואס
אין זייערע ישובות האט מען לאנגע יארען געטרינקען חלב עכו"ם> די זעלבע ליטווישע גדולים וואס
האבען אינטערגעשריבען היי יאר אז עס איז א חוב קדוש צי גיין שטיטען פאר די ממלכת הטמיאה

עס איז גיט באקאנט אז די ליטווישע רבנים פין יארופ פאר די קריג האבען נישט געהאלטען פין אן
ערוב אבער אלע חסידישע רבנים ובתוכם רבינו מסאטמער זיע , דער ייטב לב זיע , האבען במפורש
געפסקענט
דער ערוב איז כשר, אין אז יעדער רב איז מחייב צי מאכען אן ערוב אין זיין שטאט

ביי אינזערע קרייזען האט מען זיך שטארק קאנצעטרירט אויף מסיק זיין שמעתתא אליבא דהילכתא
משאכ ביי גרויסע חלקים פין די ליווישע ישובות האט מען פארוואנדעלט די דבריי ראשונים ואחרונים
אין א כעמישע אינסטעטוט , דהיינו מעדרייט אין מעדרייט אנא שעור אין מען זיצט וואכען אויף איין
עמוד גמרא אין עס קימט נישט צי קיין תכלות אין די תורה ווערט קרעים קרעים אין די לערנען
ברענגט זיי נישט צי קיין שום תכלות

מעדרייט זיך ארום מיט סברעלעך וואס סאיז זיכער אז אויב דער ראשון וואלט ווען געלעבעט וואלט
ער שטארק מיתנגד געוועהן אז מזאל אריינדרייען אין זייערע וערטער די אלע סברות כריסיות

אין דאס ערגסטע איז, אז פין די ליטווישע כוללים קימען נישט ארויס ת"ח וואס זאלען קענען
פאסקענען א שאלה!

אין אנע פוסקים אין הלכה איז נישט מעגלעך צי פירען א יודישע שטוב!

איך ברענג די גאנצע פשעטעל מסביר צי זיין פאר די עולם אז מיר קענען נישט נעמען די ערוב הלכות
פין די ליטווישע, באשר די לימוד הלכה איז אייביג געוועהן זייער שוואך ביי די ליטווישע

משאכ ביי די תלמידיי חת"ס ותלמידיי תלמידיו האט די לימוד הלכה געהאט דעם אווען אן אין זיי
האבען זיך פאר לאנגע יראען מייגע געוועהן מסיק זיין שמעתא אליבה דהלכתא




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2006 01:52 לינק ישיר 

סאיז אינטערסאנט צי באמערקען אז איינער פין די רבנים האבען באמערט אז די סיבה פין זיין נישט מסכים זיין צי באנוצען מיטען ערוב איז באשר רוב רבניי וויליעמסבורג זענען א קעגען די ערוב די אויבערשטע תירוץ ענפערען טייל פין די אוסרים ווען מפרעגט אפ אלע זייערע ריאות בנוגע דעם ערוב אין דאס איז זעער DEFAULT תירוץ אבער סטאטיסטיקס זאגען נישט קיין ליגענד!!!! די זענען די קהילות וואס זענען מתיר דעם ערוב ( אין די ליסט איז נאך גרעסער ווען די וואס האבען מורא פין די טעראר פין די בעל מילעך קעסטעל וחבריו וועלען נישט מורא האבען צי זאגען זייער מיינונג!) ווין פאפע קלויזענבורג בעלז סקווער מונקאטש ספינקער רב י זיע האט געהאט ערוב אויף זיין גאס שארמאש רב זיע ארעדער רב זיע מישקאלצער רב זיע וודיסלאווער רב זיע דעברעצינער רב זיע נייטרער רב זיע (וויסמענדעל) שאץ- סאסוב זיע רבינו הקמ מסאטמער שליטא וגם רבינו הק מסאטמער זיע האט געהאט ערוב פאר צוואנציג יאר פאר זיין ביהמד נירבאטור רב זיע אויך האב איך א געוועלדיגע קשיא אויף די אוסריי הערוב; פארוואס גייען זיי נישט ארום אין גאנץ וויליעמסבורג שבת משגיח זיין אין מוכיח זיין באשר 75% פין די פריוואטע ערובון זענען פסול לכתחילה!!! במילא איז דאך א סברה אז מזאל יא האבען דעם ערוב הגדול בכדיי מציל זיין די ייודען פין חילול שבת!!! אבער היפאקריטזם האט קיין שעור; די אוסרים זאגען אז זיי האבען נישט קין חלק זיכו הפת במילא איז אסור די ערוב חוץ וואס עס איז דא גרויסע גדולים פין היינטיגע אין אויך פין אמאליגע גדולים וואס האבען ברייטע פלייצעס האבען דאס גאנץ גיט פארענפערט אבער די קשיא איז: די אזויגעריפענע רבנישע ארגענעזאציא האט מפרסם געוועהן אין "יוד" אז שבת סוכות מעג מען טראגען מיט אן ערוב> דאס אללין באוויזט זיייער שקר באשר אויב עס איז א רשות הרבים דאוירייתא האט דאס קיין היתר אין אויך האט נישט קיין היתר צי ברענגען אין זייער שיל דעם תינוק הנימול אין שבת דארעך א גוי אבער נאך מער: די רבנים וואס שלאגען זיך מיט א טעראר א קעגען די רבנים המתירים מיזען פארשטיין אז פינקט אזוי וויא זיי ווילען נישט האבען א חלק אין זיכו הפת א גאנץ יאר , פינקט אזוי ווילען די מתיריי הערוב נישט האבען א שייכות מיט זיער זיכוי הפת סוכות חוהמ אין פאר זייער רך הנימול במילא פרעגט זיך א פראגע וואס איז זייער היתר צי טראגען סוכות שחל בשבת אין זייער רך הנימול?????? ק ש י א ת י ק ו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2006 02:20 לינק ישיר 

עס איז אן אימדערהערטע עוולה אז ערליכע תלמידיי חכמים וואס זאגען פאר זייער נאנטע אז די ערוב איז 100% כשר זאלען לעבען אין א פחד פין טעראר וויא די מאראנען אין שפאניא וואס האבען געציטערט פין די אינקוועזיטארס, אין זיי האבען מורא צי זאגען דעם דעת התורה ברמה וייל די רבניי הטעראר וועט זיי טערארעזירען איך רעד דא למשל פין א רב א גדול בתורה אן גרויסער יראיי שמים וואס מישט זיך בכלל נישט אין פאליטיק אין זאגט אז די ערוב איז במפורש מותר, אין אז די אוסרים האבען קיין שום באזיז פין די תורה הקדושה פין וויא נעמט זיך דער בעל המילעך קעסטעל וחבריו די היתר אנצימאכען אזא א טעראר אז א חשובער רב זאל נישט קענען זאגען זיין דעת התורה אין איך וועל מער מסביר זיין: פארוואס זאל דער נייטרער דיין אין בארא פארק נישט האבען דער זעלבע רעכט צי זאגען זייין דעת התורה להיתר פינקט וויא די געדינגענע בעלי האוסרים פין די באקאנטע ארגענעזאציא?????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2006 02:31 לינק ישיר 

איך האב אויסגעלאזט פין אויבישטע מתירים ליסט: דיין ראטה אדווארער רב מוה ר מאיר וועבערמאן וואס האט פין קיינעם נישט מורא נאר פארן באשעפער אין פין וויא נעמען זיך א פאר יונגע רבנים די היתר אוועק צימאכען רבנים המתירים פין עלטערען דור? איז דער ראש הפוסקים דער מהרשם נישט מאסגעבענד פאר זייבמיכתבו שנת תרס"ו במכתבו להג מוה יהושיע סיגעל זצל, אין דער חזון איש זצל הלכות ערוב סי מ"ג אות ה-ז שמתיר במפורש ערוב בעיירות גדולות קאמענטארען זענען איבעריג .............



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2006 11:05 לינק ישיר 

רבן דקרו די חכמי חעלעם זענען ציזאם געקימען דעם חוהמ ביי זייער ערוב קאנווענשאן אין באשלאסען אז די שכונה איז א רשות הרבים דאורייתא וואס איז אקעגען דעת רבינו הקדוש מסאטמער זיע חאטש צי וועם מרעדט אנגעהויבען פין ר אברהם לייטנער ביז די עדות פין ר הערשעל וועבער אין פיל אנדערע וואס זאגען מפורש אז די רבי האט געפאסקענט אז בעדפארד עוו איז נישט קיין רשות הרבים דאורייתא, אבער די אובער חכמים האלטען אז זיי זענען קליגער פין רבין זיע די רבי זיע האט פיל מאל געליטען פין די עקסרעמיסטען אין ער האט זיי גערודפט עד חרמה אין מקען זעהן וואס עס ווערט פין די עקסרעמיסטען : בעק וחבריו וואס האט זיך איינגערעדט ער איז דער עקספערט אין מרידה באימות, זענען גאר געווארען דער גרעסטער מורדים באימות אין מחללי שם שמים בשעת אמעריקע וואס איז א מלכות של חסד מוטשעט זיך שטארק מיט דעם היטלער פין אייראן בכדיי צי ראטעווען די וועלט ,אין לייגט גרויס כח עם צי שטערען אין זיין אטאם אמביציס מיט וואס ער וויל אין סכנה שטעלען די גאנצע וועלט, גייט דער בעק מיט זיינע חברים קיין אייראן , אין די מעשעגענע זעלבסגעקרויטע קנאים האבען געמאכט א מיטינג מיט די מאלאס אין שבת קודש מיט א מיקראפאן אויפגעשטעלט ביי די מיטינג! צי וייזען אז ייודען זענען גיטע פריינד פין די רוצחים פין אייראן, די חברה לייגען אין סכנה די ייודען אין אמעריקע באשר די אמעריקאנער פאלק זעט אז ייודען וואס גייען מיט חסידישע לבוש זענען בעסטע פריינד פין אמעריקעס שונאים, איז דען פארהאנדען א גרעסערע מרידה באימות! (ליידער האט מען קיין איינמאל נישט געהערט רבנים מומחים פין ערוב אין רב אברהם ליטנער אין די אנדערע קנאים וואס פארשטייען בעסער וויא די רבי זיע זאלען מוחה זיין א קעגען זייער חבר דער מעשיגענער בעק) די זעלבע מיט די ערוב עקסרעמיסטען וואס ווילען טהון א טובה פארן באשעפער, זייער הויפט רעדנער ביי דעם ערוב קאנווענשאן איז גאר געוועהן ר הלל דוויד וואס איז די הויפט רעדנער ביי די יערליכע אגודה קאנפערענס>איינער וואס מאכט אויס שבת פאר זמן פין שיטת רבינו טעם!!!! אין אויב דאס איז נישט גענוג האט רב דעוויד מסביר געוועהן אז די ערוב איז אסור באשר מיר דארפען זיך ציהערען צי די שיטה פין ר אלישיב אין רב שטיינעמאן!!! זייער העצע האט געברענגט דערצי אז בחורים שלאגען מיידלעך אין וייבער וואס שטיפען קליינע קינדערלעך פאר דעם איינציגסטע חטא אז זיי פאלגען זייערע רבנים וואס זענען גדולים בתורה וביראה וויא אדווארער רב, רב ראטה שליטא, וווינער רב שליטא,Iר מאיר וועבערמאן שליטא> אין פיל אנדערע גדולים דאס איז דער סוף מיט מענטשען וואס רעדען זיך איין אז זיי זינען קליגער פין סאטמערע רבי זיע אין אחרון הכביד ; אז א רב וואס האט מהאט פין עם נישט געהערט קיין איין פסק הלכה פין עם די לעצטע 40 יאר איז אריינגעגאנגען צי דעם זקן הרבנים אדווארער רב שליטא וואס די רבי האט עם געשטעלט אויף די בית הוראה , א יוד וואס האט ארויסגעגעבען צענדליגע תשובה ספרים, אין בחימה שפוכה האט ער דעם זקן תלמיד כחם מבזה געוועהן אין עם אנגעשריגען אין מבזה געוועהן באשר דער זקן ת"ח האט זיך געטרויט זאגען זיין דעה לגבי דעם ערוב, אין ביים פארלאזען די שטיב פין אדווארער רב שליטא האט ער מיט א חוצפה געגעבען אשטארקען זעץ מיט די טיר, יא ער וויזט פארן יונגען דור וויאזוי מדארף צי פאלגען די גדוליי ישראל אזוי זעהן אויס די בעליי דימיונות די וואס רעדען זיך איין אז די באשעפאר האט זיי געשטעלט צי זיין די פאליסמאן פין כלל ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2006 22:07 לינק ישיר 

ביטע נישט עפענען צוויי אשכולות אויף איין נושא (TOPIC בלע"ז) http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1889798



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פאליטישע ערוב אסיפה א חוה"מ
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext