בית פורומים כל העולם כולו

הויפט אגודה רעדנער,דרשן ביים ערוב קאנווענשאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/4/2006 11:03 לינק ישיר 
הויפט אגודה רעדנער,דרשן ביים ערוב קאנווענשאן

רב הלל דעוויד וואס איז פין די הויפט אגודה קאנווענשאן רעדנערס האט געהאלטען די הויפט דרשה
ביי די ערוב קאנווענשאן חוהמ אין וויליעמסבורג

דאס איז זייער א גיטע סימן פין די פאלטשקייט פין די זייער טעראריסטע ציגאנג מיט זייער ערוב איסור

אזוי שנייד מען אף;
אויב מען רודפט א גדול בתורה מוה ר אהרן שליטא , א תופס ישיבה,א מנהיג פין טויזענטער ייודען
,אן אייניקעל פין די צדיקים מגזע התמרים אן אייניקעל פין הייליגען עציי חיים, דער
חשובסטערגדול בתורה נעפיו פין רבינו הקדוש מסאטמער זיע

זיי רודעפען מוה ר אהרן אן רחמניות אין אלעס מחמת קינאה באשר מוה ר אהרן איז פין די גדוליי הדור
א גוואלדיגער גדול בתורה

האט די באשעפער זיי איטערגעשיקט א ניסיון אין זענען דארעך געפאלען אין זייער פארשטייער איז
יעצט געווארען איינער פין די הויפט אגודיסטען

אין דער וואס האט מנוול געוועהן את פיו מיט ניוול פה אין אנגעריפען ייודישע וייבער
" מ י ל ע ך ק ע ס ט ל ע ך"

האט געברענגט אלס יאר עדות צי זיין טעראריסטישע ערוב ציגאנג = וואס איז מורה היתר אז בחורים
זאלען שלאגען מיידלעך אין וייבער וואס שטיפען קליינע קינדערלעך , רב דעוויד איינער וואס
מאכט אויס שבת נאך שיטת ר"ת




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/4/2006 07:17 לינק ישיר 

די פילפאכיגע סתירות פין די אוסרים פין ערוב איז זייער שווער צי פארענפערין אין דאס צייגט אז זייער ציגאנג איז פאלטש אין זיי מיינען נישט לשם שמים: קודם דארף מען מקדים זיין אז אן ארגענעזאציא וואס טערעארעזירט אדערע אמתדיקע גדוליי התורה ווואס פסקענען אנדערשט וויא זיי , ויא דיין ראטה שליטא , זקן הרבנים אדווארער רב שליטא , ווינער רב שליטא,מוה ר מאיר וועבערמאן שליטא, קהילת פאפע, אין פיל אנדערע רבנים , דער ארגענעזאציא האט פארלוירען די רעכט פארצישטעלען אין געבען פסקים צי קהילות קדושות אין וויליעמסבורג אין בארא פארק וכו, זיי מעגען הייסען היתאחדות הרבנים, רבנים וואס באניצען זיך מיט ניוול פה לשונות וויא ריפען ייודישע טעכטער מילעך קעסטלעך ר"ל פאר דעם איינציגסטען חטא פאר פאלגען זייערע רבנים אזא איינער טאר מער נישט פאסקענען שאלות פאר כלל ישראל. אין יעצט וועל איך ברענגען די פיל מיט סתירותדיקע ממש פאלטשע שיטה, וואס צייגט אז זיי האבען נישט קיין סייעתא דשמיא אין דערפאר האבען זיי מער קיין מער קיין שום רעכט צי מישען אין חאטש וועלכע עינינים וואס האט א שייכות מיט כלל ישראל; אויב די אוסרים מיינען אמתדיג : 1)פארוואס אסערען זיי נישט תכשיטיי נשים אין שבת לויט זייער שיטה אז סאיז א רשות הרבים דאורייתא 2)פארוואס זענען די אוסרים נאך קיין איינמאל נישט ארויסגעקימען א קעגען די פריוואטע גאסען ערובין וואס רוב קהילות האבען שוין געמאכט אין די לעצטע 20 יאר אין עד היום הזה( איך מיין אז קהילת סאטמער אויף ראדני אין אויך בעדפארד עוו איז געוועהן די ערשטע וואס האט איינגעפירט די ערובין) 3)וואס איז די מקור פין היתר וואס היתאחדות האט מפרסם געוועהן אז סוכות שחל בשבת מעג מען טראגען מיט די ערוב אין אויך א גאנץ יאר לאזען זיי טראגען דעם רך הנימול אין שול מיט א גוי א)אויב סאיז רשות הרבים דאוירייתא איז פאר זיי נישט דא קיין שום היתר ב)אזוי וויא די מתיריי הערוב ווילען נישט קיין חלק אין זייער זיכוי הפת במילא לויט זייער שיטה איז פאר זיי אן איסור צי טראגען ( ועשיתה לו כאשר זמם לאחיו וד"ל) 4) פין וויא האבען זיי די היתר צי ריפען די הויפט אגודה קאנווענשאן רעדנער!! רב הלל דעוויד צי זיין די הויפט רעדנער ביי זיער ערוב קאנווענשאן דעם חוהמ פסח, ובפרט ווען רב דעוויד אליינס מאכט אויס שבת פאר שיטת ר"ת!! , אין נאכדערצי האט רב דעוועיד באזירט זיין שיטה לאיסר אויף רב אלישב אין רב שטיינעמאן וואס וויא באקאנט איז זייער שיטה לגבי ארץ ישראל פארקערט וויא די שיטה פין רבינו הקדוש מיסאטמר זיע !! די גדוליי הקהילות פאר די קריג די אשכנז אין חסידישע קהילות מיט די גערעסטע פוסקים האבען אלע געמאכט ערובין אין זייערע שטעט, אין זיי האבען אלע געפסקענט אנדערשט וויא די ליטווישע רבנים אין עינייניי ערוב והעולה על כולם דאס מבזה זיין גדוליי הרבים פים עלטערע דור מיט חוצפה אין עזות האט קיין שום ענפער אין אויך האט קיין שום ענפער זייער טערארעזירען וויא על קיידע די ייודישע מאמעס אין די ייודישע מיידלעך וואס פאלגען זייערע קהילה רבנים פאר די אלע עיניינים אין אויך אנדערע ענינין בעינין עיות הדין האט היתאחדות הרבנים פארלוירען די רעכט צי פארטרעטען ייודישע קהילות מהיום והלאה!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2006 22:04 לינק ישיר 

קערי איך בין נאך נישט איבערגעצייגט אז דו ביסט נישט גרעסער פון שטיינמאן מיט אלישיב צוזאמען. וויפיהל איך ווייס, האסט דו נאך נישט געזעצען אין היכל שלמה אדער געשיקט בחורים גע'הרג'עט ווערען אין מיליטייר. דיין איינציגע עבירה וואס איך ווייס דערפון איז זיצען אויפ'ן אינטערנעט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/4/2006 07:05 לינק ישיר 

ווי עס קוקט אויס וואוינט וואסא-דיף אין א"י, און ער איז משוכנע אז דא אין וויליאמסבורג האנדעלט זיך מיט ארזי לבנון און אדירי התורה ווי אין די צייטען מימי תנאים ואמוראים.

אלזא וואסא-דיף איך וואונטש דיר א זיסען חלום.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2006 00:06 לינק ישיר 

קערי וואס האקסט דו אין קאפ אריין. שאצער רבי איז גרעסער ווי שטיינמאן או אלישיב צוזאמען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-21/4/2006 22:33 לינק ישיר 

יא! ער האט נאכגעזאגט פון הרב שטיינמאן און הרב אלישיב - אזוי אז עס איז געווען א לייטיש געלעכטער...

דער שאצער רבי האט געזאגט אז דער עירוב אין ירושלים איז טאקע אויך פסול!!  
א פוסק פארן דור!!......... אשריך שאץ'ער רבי שאתה בוויליאמסבורג ומצודתך פרוסה עד ירושלים!!


וויאויך האט דער רבי שליט"א אויסגעשמועסט אין די לענג און די  ברייט דעם ענין אז בעדפארד עוועניו איז א רה"ר דאורייתא, וואס איז און קלארען קעגנזאץ צו די שיטה פון סאטמאר'ער רבין זי"ע, ווי עס זאגט עדות בשמו דער סאסוב'ער רבי און וויאויך הער איך אז ר' אברהם לייטנער שליט"א זאגט נאך אין זיין נאמען די זעלביגע. ער פארציילט אז ער האט פרובירט משכנע צו זיין דעם רבי'ן אז עס איז א רה"ר דאורייתא, אבער דער רבי זי"ע האט בשום אופן נישט געוואלט הערן. ולית דין צריך לראי', ווייל מען האט בשעתו נאך געמאכט עירובין אויף בעדפארד עוועניוו, אום יו"ט סוכות בפרט!

ואתא השוחט - די קנאים ווערן נישט מיד - זיי האבען אפירגעקראצט דעם שוחט ווייס פון מאנטשעסטער, און דער שוחט מיטען מעסער האבען געזיגט אויפן עדות פון רבנים  ודיינים יושבים על מדין, און עס איז גע'פסק'ענט געווארען פה אחד אז בעדפארד עוועניו  איז א רה"ר דאורייתא.

אשרי העם שככה לו

ר' הלל וויינבערגער איז נישט אנגעקומען - פארוואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2006 11:06 לינק ישיר 

CORRECTION; איינער וואס מאכט אויס שבת פאר שיטת ר"ת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הויפט אגודה רעדנער,דרשן ביים ערוב קאנווענשאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext