מה ראה? ארונו של יוסף?
איך הער אז דעם יו"ט האט דער גרויסער ת"ח רז"ל ביים שירת הים טיש עטליכע מאל געזאגט פאר די דרייפערטל ליידיגע ביהמ"ד אז די באקאנטע מדרש וואס אבות אבותיו הק' אנגעהויבן פון יש"מ ביז זיין הייליגער טאטע שליט"א האבן געדרשנ'ט דערויף דרושים נפלאים אלע יארן, "הים ראה וינוס, מה ראה, ארונו של יוסף ראה", איז לא הי' ולא נברא, עס שטייט אין ערגיץ נישט.
ווער עס ווייסט דערפון, אדער ווער עס האט א מקור צום מדרש זאל ביטע מפרסם זיין כדי להצדיק את הצדיקים וואס האבן געדרשנ'ט אויף דעם מדרש, ולגלות פני הצבועים וואס קענן נישט דרשנ'ן, זאגן זיי אז עס איז נישט דא אזא מדרש.
לפי זכרוני שטייט אין מדרש תנחומא פרשת וישב בערך דעם לשון, און דאס זעלבע אין מדרש שוחר טוב אויף תהלים ביים קאפיטל בצאת ישראל.
|
|