איך האב געהערט ביידע טעיפס, חסידישע אוצרות איז לדעתי א היט פון א קאסעטע. (די באדייט פונעם שבת טיש כאפ איך נאכנישט, איך וועל גארנישט שרייבן).
עס הייבט זיך אן מיט די באקאנטע דזיקובע לכה דודי.
דערנאך מיט די וויזניצע אמנם כן, וואס ווערט אריבערגעפירט צו די ארגינעלע ווערטער תתגדל ותתקדש, כידוע אז אויף דעם האט דער אמרי חיים געמאכט פון אנהויב די ניגון.
דערנאך די מודז'יצער ברוך קל עליון "הערליך הערליך!" אראפגעלייגט. (אינטערסאנט די נאמען פון מחבר פונעם ניגון, הרה"ח ר' עזיראל דוד פאסטאג הי"ד, וואס האט אויך מחבר געווען דעם באקאנטן ניגון אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח, ליינט דא מער איבער אים, און ווי אויך די מוראדיגע סיפור וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען דעם אני מאמין)
די פערטע ניגון איז די באבובע לא תבושי, וואס אודה ולא אבוש איך האב קיינמאל געוואוסט די מקור, און עס ווערט אנגערופען אין סאטמאר "ר' משה אריהס ניגון" ווייל מרן גאב"ד ירושלים ר' מ"א פריינד זצ"ל פלעגט טאנצן דערויף שעהן.
דאן די סאטמארע אהבה רבה זייער שיין אראפגעלייגט דורך די חברת שירה.
דערנאך די ניגון יברכך ה' מציון פון בעלזא. אויפן דעקל שטייט אז די מחבר איז הרב פנחס פרידמאן. (איך בעט ווער עס ווייסט זאל מיר לאזן וויסן צו דאס איז אהרן פרידמאן'ס ברודער, מח"ס פרי הדר).
7 איז אך לאלקים פון חב"ד.
8 איז די סערעט וויזניצע ברודער טאנץ.
9 זכר דבר פון סקולען.
10 לא תחמוד פון יוסעלע אויך זייער שיין.
תוקן על ידי - אהליצדיקים - 25/04/2006 18:01:55
 |
|
|