|
|
| נשלח ב-25/4/2006 22:54 |
|
| |
געניג געווען, הערטס אויף מיט דעם שקר גס בנוגע די לויה
טויזענטער טויזענטער אידן זענענן געשטאנן צינויף געפרעסט עד סכנת נפשות ממש אן קיין ליפט צי אטעמען {די הצלה איז געווען כסדר ביזי ארויס צי טראגען מענטשן} אין ראדני מלויה צי זיין אין געבען די גרעסטען כבוד פאר רבינו זי"ע
די בכיות אין התעוורות האט מען געקענט טאפען מיט די הענט בשעת מען האט אריינגעבערענגט די ארון אין בשעת מען האט מספיד געעוען
אזוי אויך אין די גאס האט מען געזען יעדע ווינקעל מענטשן שטיין אין וויינען מיט בכיות
יא פאר אזעלכע ציקיקער ווי קערי אין יוחי פאר זיי איז די גאנצע זאך געווען פרעמד אין קאלט אבער נישט פאר די סאטמערא חסידם
די לויה האט זיך בכלל נישט אנגעהויבן שפעט פיר שעה נאר א פטירה הייסט זייער זייער צייטליך בפרט פאר אזא פארנעם ווי דאס
אז די מייקס האט נישט געהעריג גע'ארבעט קענסטע פרעגן ווער עס האט געמאכט די מייקס אבער מיש נישט ציזאם קיין יוצרות
דרך אגב ביידע קינדער האט מען מכתיר געווען אלץ רבי פאר די לויה אין ביידע קינדער זענענן דארט געווען בשעת מעשה אין אזוי טיט מען דארט ווי עס גייט פאר רייבערייען
|
|
|
|
| נשלח ב-25/4/2006 23:09 |
|
| |
דער אמת איז אז איך האב בכלל נישט געהאלטן ביים בארירן די ווייטאגליכע טעמע, אבער אזוי ווי די זאליס פרובירן מיט אלע כוחות אויפצושפילן אז די לוי' איז געווען א קאלטע לוי', און אזוי נקמה נעמען אין זייער אלטן פייערדיגן שונא, מרן רביה"ק זי"ע הכ"מ, שפיר איך פאר א פליכט איבערצוגעבן מיין בליק אויף די גאנצע לוי', מהחל ועד כלה.
יעדער איינציגער פון די צענדליגער טויזנטער וועלכע זענען געקומען צו די לוי', איז געקומען מיט א גריזשעניש אין בויך און א ציטער אין הארץ, קענענדיג די היסטאריע פון דעם מעגא-מאנסטער משה פריעדמאן, דער ארכי טעראריסט ביי וועמען דער באשעפער איז די לעצטע זאך מיט וואס מען דארף זיך רעכענען, און וויסנדיג אז דער מענטש [?] איז עלול אויף אלץ און אלעמען, האט מען זיך געשראקן אז טראץ וואס אלעס איז געווארן פון פאראויס אפגעשמועסט, זאל ער זיך נישט קענען איינהאלטן און מאכן פראוואקאציעס, און אזוי צושטערן די לעצטע מינוטן וואס דער הייליגער רבי געפינט זיך נאך בתוכינו.
וואו מען איז געגאנגען און געשטאנען האט מען נאר געהערט דעם עולם רעדן פון איין זאך, וויאזוי גייט די לוי' אויסקוקן ?! וועט עס זיין דער בזיון פונעם יאר הונדערט פאר די חסיד'ישע וועלט ?! מ'האט פרובירט זיך מחזק צו זיין אז אפילו אויב משה וועט פראוואצירן זאל מען זיך נישט לאזן פאנגען אין זיין נעץ און נישט צוריקענטפערן, אבער ווער קען גאראנטירן פאר די צענדליגער טויזנטער אידן וועלכע האלטן שוין איין זייער גרימצארן אקעגן דעם פארשוין פאר זיבן יאר, אויב ער וועט טרעטן אויף די הינער אויג אין אזא האקעלן מאמענט ?!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/4/2006 23:34 |
|
| |
די לוי' איז געווען פאררופן אויף צען אזייגער, למעשה איז דער ארון אריינגעקומען אין ביהמ"ד צען נאך עלף, צווישן עולם דרייען זיך ארום שמועות אז אין א זייטיגן שטיבל האט הגריח"מ פר"מ און יענקל כהנא מכתיר געווען רז"ל פאר רבי, לויט א מכלומר'שטע צוואה פון רבי'ן זי"ע הכ"מ, די אנגעצויגנקייט וואקסט, בפרט ווען חיים דוד דעססער האט זיך גענומען אויסרופן אויפן מייק, וואס איז געווען בניגוד צום אפמאך אז קיינער רופט נישט אויס די מספידים, נאר די קינדער גייען צו לויט די עלטער.
למעשה האט ר' עזריאל גליק איבערגענומען די מייק ווען דער ארון איז אריינגעקומען, און ער האט געווארנט אז קיינער זאל נישט מאכן קיין מהומות און נישט טשעפען ח"ו מיט דעם לעצטן אור-אייניקל פון הייליגן דברי חיים, דאס האט אסאך געהאלפן צו בארואיגן די געמיטער.
גלייך ווען ר' עזריאל האט אנגעהויבן רעדן האט זיך געהערט שטארקע בכיות אינעם גאנצן ביהמ"ד.
דער ערשטער האט גערעדט הגה"צ בארא פארקער רב שליט"א.
דערנאך האט ר' עזריאל אויסגערופן "הרב הגאון הצדיק דער מרא דאתרא פון קרית יואל".
דער רבי שליט"א איז צוגעגאנגען צום מיקראפאן, די ערשטע צוויי מינוט האט ער נישט געקענט צום ווארט קומען פון גרויסע בכיות, און ווידער האבן זיך אין גאנצן ביהמ"ד געהערט אויסטערליש שטארקע בכיות, דאן האט מען מיטאמאל געהערט ביים צפון מזרח ווינקל (נעבן די אפיס פון יעקב הערש ווייס) ווי צוואנציג מענטשן נעמען זיך אויפאמאל שרייען "הצלה", דער גערודער האט געמאכט דעם רבי'ן - און די בכיות - זיך אפשטעלן א מינוט, און דער עולם האט באלד געכאפט אז דאס איז א שפיצל. די קומענדיגע מינוטן זענען אריבער אין אנגסט ווער ווייסט וואס נאך זיי פלאנען דא צו טון.
שפעטער ווען דער רבי שליט"א האט זיך גענומען רעדן און מעורר רחמים זיין אויף די משפחה, אויף "אלע" קינדער און אייניקלעך און אויף גאנץ כלל ישראל, האבן זיך ווידער אנגעהויבן הערן שטארקע בכיות אין ביהמ"ד, ווער רעדט ווען דער רבי האט געבעטן מחילה און געזאגט "טאטע, דו ווייסט דאך יא דעם אמת!", האבן זיך די בכיות און געוויינען געשטארקט איבערן גאנצן חלל הביהמ"ד, ווען יעדער ביי זיך האט זיך גוט אויסגעוויינט אויף די צרות און יסורים וואס מיר אלע, מיטן רבי'ן זי"ע און רבינו שליט"א בראש, זענען אויסגעשטאנען פון די רשעים.
באזונדער זענען געווען די שטארקע בכיות ווען דער רבי שליט"א האט מזכיר געווען די מוטער, הרבנית פעסיל לאה בת חי', וואס דארף א גרויסע ישועה.
תוקן על ידי - בא_ללמד - 25/04/2006 23:36:54
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2006 06:26 |
|
| |
KJ-Vilage ביי די לוי' אין אלגעמיין איז קיין בכיות נישט געווען.
דעס אז ר' אהרן האט זיך געשטעלט יאמערן אין דער עולם האט מיט געיאמערט ווייזט נאכנישט אז דער עולם איז איינגעהילט אין טרויער. עס איז ס"ה א עמאציאנאלע געפיל וואס איז מער געאייגענט פאר די נשים. איך האב טאקע געזעהן אז די פרויען האבען זייער געגליכען דעם הספד זיינעם.
אבער דאס איז גארנישט אנדערש ווי ווען חזן קאסאוויצקי זינגט א ניגון השיבנו ה' אאליך הוא בוכה וכל העם בוכה, אבער קיינער האט צו דער זאך קיין שייכות נישט.
דער עולם בכלליות האט נישט געטרויערט. יוחי זאגט אין ליובאוויטש איז ערגער געווען. איך מיין אז אין הנידון דומה - ווייל דארט איז עס געקומען פון צופיל אמונה..... און דא פון צו ווייניג....!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2006 06:36 |
|
| |
בנוגע דעם הספד פונעם סאטמאר'ער רבי אין קרית יואל בין איך גארנישט באגייסטערט געווען. עס האט פשוט נישט געמאכט קיין סענס.
א טאטען וואס מען האט זיך כמעט נישט אנגערירט פינעף יאר, און ווען מען איז שוין יא געקומען האט מען זיך אויסגעדרייט ווייל מען לאזט נישט מיט זיין גבאי - באוויינט מען נישט אזוי.
און אויב האט ער נישט געגעסען פרישטאג פארן רעדן מיטען טאטען? דאס מיינט אז ער עסט שוין נישט פרישטאג זעקס יאר. אדער האט ער שוין באערדיגט זיין טאטען םאר זעקס יאר אין יעצט האט מען אים נאר מספיד געווען.
אבער היאך שיהי' וואס איז דאס א נפק"מ? און ווי קומט עס דא אריין אויב מען מיינט נישט קיין זייטיגע זאכען? דאס געט עפעס צו צום טאטען'ס גדלות אדער מהות??
די זאך האט מיך בשעת מעשה דערמאנט א לוי' פון א גאר מאדערנע לוי' וואס איך האב מיך באטייליגט, ווי א נעפיו האט מספיד געווען א מומע, און געזאגט: Kaila, I'm going to miss your gefilte fish, I loved them so much.
די איינציגסטע לימוד זכות וואס איך האב אויף אים איז אז זייענדיג אין ראדני איז ער געווען אביסעל צומישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2006 07:42 |
|
| |
kerry
מדחציף כולי האי שמע מינה ד... וואלט זייער גוט מסביר זיין פארוואס דו פארשטייעסט נישט די
געפיהלען וואס א זוהן האט צו'ם טאטע'ן בפרט אז די ערשטע מאל וואס ער קען רעדען קלארע דיבורים
צו זיין טאטע'ן אין די לעצטע פינעף יאהר, נישט געשטערט פון מעדיצינען אדער "גבאים", איז ווען
דער טאטע ליגט איינגעהילט אין א טלית.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2006 07:54 |
|
| |
קערי.
מילא אויף די אנדערע נארישקייטן דיינע החרשתי, אבער דיין לעצטע תגובה מאכט מיר טראכטן אויב דו ביזט נישט אין די קאטעגאריע פון "ואנשכנו כחמור".
די איינציגע לוי' אין דיין לעבן וואו דו ביזט געווען איז געווען ביי יענע לוי' פון די געפילטע פיש ?! צי האט דיר באמת נישט בארירט די טיפסטע סטרונעס ווען די פיין און יסורים פון זיבן יאר האבן אויפאמאל ארויסגעפלאצט אין דעם האקעלן מאמענט ?!
א שטיין האט געקענט צוגיין פון די בכיות, וואס זענען געקומען פון טיפעניש פון הארץ, א געוויין וואס ווערט שוין איינגעהאלטן מיט אייזערנע קייטן פאר פונקט זיבן יאר ! א געוויין וואס נעמט אריין אומצאליגע געלעגנהייטן, הגלויים והנסתרים, ווען די צוויי פארקניפטע הערצער זענען בייזוויליג אפגעריסן געווארן דורך א כאפטע אנשי רשע ! א געוויין פון בענקעניש אויף אלעם וואס מען האט נישט געקענט עררייכן אין די לעצטע זיבן יאר !
אויב ביי דיר איז דאס איינס מיט די געפילטע פיש, דארף מען בודק זיין דיין יחוס בריוו !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2006 09:20 |
|
| |
סאיז אינטערסנט צי הערען דעם משוגענעם אלתר גאלדבערגער אופען טעלעפאן
וועט מען זעהן מיט וואס פארא משוגעים אין פארביטערטע רשעים מהאט צי טהון די איינציגסטע
לימוד זכות אויף זיי איז אז זיי זענען קראקע מענטשען אין די זעלבע זענען די גאנצע חברה פין
בני יואל אין שארמאש אין א גרויס חלק פין רזלס מענטשעןוואס שטיצען רזל בכדיי להגדיל די
צימישעניש....
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2006 04:19 |
|
| |
Moshe Indig, a supporter of Rabbi Aaron Teitelbaum, countered that "This is not a court issue, the court has nothing to do with succession." "This is a corporate issue," Mr. Indig said. "We are talking about a half billion dollars in assets. The board members from Satmar community around the world want him (Rabbi Aaron) to be the successor. "There is going to be a big crowning ceremony."
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2006 17:09 |
|
| |
The Satmar are the largest and most dynamic of the Orthodox Jewish sects. Taking their name from Satu Mare, a town in in present-day Romania, they claim 65,000 adherents in Williamsburg and Kiryat Joel and several thousand others in Jerusalem, London, Antwerp and Montreal. Samuel Heilman, professor of Jewish studies at the City University of New York, has a solution. The sect could agree on an amiable split. "The group is much bigger now. It can sustain two rebbes located in different locations. If this was in Europe, one would be called the Kiryat Joel rebbe and one called the Williamsburg rebbe, and there wouldn't be any problem."
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2007 19:26 |
|
| |
תוקן על ידי hungarian ב- 08/06/2007 19:24:07
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2007 19:27 |
|
| |
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2007 19:36 |
|
| |
בהמה! וואס דעשרעקסטו מענטשן?????
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2007 20:09 |
|
| |
נעבעך!!
די שקצים/רוצחים האבן געמיינט אז די לעיקוואד דרשה
גייט זיין די וואך דינסטיג, האבן זיי...
אבער זיי האבן זיך באצייטענס געכאפט אז ס'איז נעקסטע וואך,
עפעס א שטיקל יודע ספר האט זיי געזאגט אז פרשת חוקת
איז הערשט די אנדערע וואך האבן זיי דאס אפגעשטיפט,
געדענקט!!! זיי זענען עלול אויף אלעם...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2007 21:15 |
|
| |
איך האב קיינמאל נישט געזען דעם אשכול, איך זע דאס יעצט די ערשטע מאל, און איך קען נישט קומען צו זיך פון די לעצטע ווערטער פון דעם ב. קרי.
איך בין געווען ביי די לוי', און אפי' נישט זייענדיג קיין סאטמאר'ער, האב איך מיטגעוויינט מיט האדמו"ר מהר"א שלליט"א ביי די ווערטער, א שטיין האט געקענט צוגיין דערפון, עד כדי כך אז יעצט ווען איך ליין דאס דא קומט מיר טרערן אין די אויגן.
וכדי בזיון וקצף
|
|
|
|
|