בית פורומים כל העולם כולו

משה פר"מ מאכט מהומות אין קרית יואל ביי די לוי' פון הייליגן רבי'ן !!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/4/2006 14:55 לינק ישיר 
משה פר"מ מאכט מהומות אין קרית יואל ביי די לוי' פון הייליגן רבי'ן !!!

[מנהלים, איך האלט אז דאס באלאנגט אין א באזונדערן אשכול פון די לוי'].

דער רשע מרושע משה פרידמאן, וויסנדיג אז זיין קאריערע איז פארטיג און פון היינט און ווייטער
איז ער א ציווילער בירגער, האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און געמוזט איבערלאזן פאר די
אהרונים לעצט געלט, און אינאיינוועגס מבזה זיין די לוי' פון אונזער הייליגן רבי'ן, וועמען ער
האט מכלומרשט אלע יארן געטריי באדינט.

מיט צוויי וואכן צוריק, ווען מען האט פארהאנדלט די פרטים פון א לוי', האט מען אפגעשמועסט אז
אין קרית יואל גייען רעדן דער וויליאמסבורגער דיין, דער קרית יואלער דיין, און פיר אייניקלעך
פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, הגה"צ ר' מענדל שליט"א, זלמן'ס חיים הערש, ר' זלמן לייב מייזליש
און נאך איינער, כ'מיין אז פייוויש ליפא'ס.

למעשה איז זלמן'ס חיים הערש פונקט נעכטן צופרי צוריקגעפארן אויף אר"י, אזוי אז ער האט נישט
געקענט דא זיין בשעת די לוי'. אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט מען געדארפט צושיקן אן אנדערן
פון זלמן'ס קינדער, לאמיר זאגן יצחק ראזענבערגער. אבער נארמאל און משה פרידמאן זענען דאך
צוויי קעגנגעזעצטע באגריפן, האבן פרידמאן און ליפא פריוואט באשלאסן אז קיין איין אייניקל גייט
נישט רעדן, אנשטאט וועט מען אויפרופן משה מנחם טירנויער.


ווען עס איז געקומען למעשה האט מען געזאגט פאר ר' עזריאל גליק אז ער זאל אויסרופן ר' מענדל,
אבער משה האט געזאגט בלא, און נאך צוגעלייגט מיט א בלעכענעם פנים אז "מ'האט אפגעשמועסט אז
קיינער רעדט נישט" !!! ר' עזריאל האט זיך נישט געהאלטן ביים קריגן און געזאגט אז מ'געזעגנט
זיך שוין, אבער א צווייטער האט אויסגערופן ר' מענדל.

משה האט זיך געהאט באווארנט פון פאראויס, און זיינע חברה זענען געשטאנען גרייט ארום די מיטה
און זיי האבן אנגעכאפט די מיטה און עס אנגעהויבן שלעפן, טראץ וואס נאך אסאך מענטשן האבן
אנגעכאפט די מיטה און זיי האבן אנגעהויבן מיטגעשלעפט ווערן מיט די מיטה ! אויפן ארון קודש
זענען געשטאנען צוויי אינגעלייט, איינער איז די זון פון י.ב. און גענומען טיילן פעטש און
ווארפן הוטן אויפן ארון קודש בפני כל עם ועדה !

פארשטייט זיך אז ס'איז באלד געווארן א שטארקע מהומה, אויפן ארון קודש האט מען געשריגן אז דער
רבי שליט"א האט געהייסן ר' מענדל זאל רעדן, און די זאליס שטייען און טיילן פעטש, אויך אונטן
נעבן די מיטה איז געווארן א געשלעג צווישן די זאלי בוליס וואס האבן געשטופט די מיטה, און די
אנדערע מענטשן וואס זענען געשטאנען און נאך אנגעהאלטן די מיטה.

דער רבי האט גלייך געהייסן אויסרופן אז מ'זאל ארויסטראגן די מיטה, און אונטן איז טאקע גלייך
געווארן רואיג, אבער אויפן ארון קודש האט מען זיך ווייטער געשלאגן, און א בחור'ל האט
אויסגערופן אז מ'זאל נישט ארויסלאזן פרידמאן מיט גאנצע ביינער. מ'האט זיך דארט אנגעהויבן
שלאגן און שרייען, צו מזל איז משה לייב וויטריאל גלייך אנגעקומען מיט סטעיט טרופערס און זיי
האבן אים ארויסגעפירט.

משה פרידמאן וועט בלייבן לחרפה ולדראון עולם, אז אין די לעצטע מאמענטן ווען די לופט איז
אדורכגעזאפט מיט הרגשים און א חרדת קודש, ווען מען שטייט און מען געזעגנט זיך פון אונזער
הייליגן רבי'ן אין די לעצטע מינוטן וואס ער איז נאך צווישן עולם, האט פרידמאן זיך געוואגט צו
פארוואנדלען די לוי' אין א צינישן פאליטישן שלאכטפעלד !!!

לא תשכח !!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/4/2006 20:21 לינק ישיר 

מען האט געקענט זעל די זאלי בוליס מיט זייער דשעקעט'ס א גאנצע לוויה, לעבן רבי'ס הויז האבען זיי געשאלטען אין געשריגען כמו הרקים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2006 02:40 לינק ישיר 

fineryid:

ענדלעך איז ניתגלה געווארען די די אמתדיקע כאראקטער פין טמא"נעם בן פראדעל;

ביי די לוויה אין גרויסען בידמד פין וויליעמסבורג זענען די חסידיי רבינו מוה ר אהרו שליטא
געשטאנען מיט א יראת הכבוד אין מיט א ציבראכענקייט אין דעם ערענסקייט פין די מאמענט וואס
מעבאגלייט די לעטצען פין די אריות שבבל דעם לעצטען לייב אין זין זין פין הצדיק הק" עציי
חיים זיע

אין וואס האט אין די מאמענט געטראכט דער חוטרער בן פראדעל?

מיר וועלען זיך באנעמען שיין בכדיי די וועלט זאל זען וויא שיין עס איז דארעך צגעגאנגען די
לוויה אין מיין טערעטארי

אבער אין מאנארוי אין מוה ר אהרן'ס ביהמד וועל איך בן פראדעל מאכען אזא אן איבערקערעניש אין
איך וועל צישטערען די לוויה אין געבען געהארגעטע פעטש פאר די ווידערשפעניג אין איך וועל
איבערדרייען די ביהמ ר"ל

אז מען וועט האבען צי געדענקען ווער בן פראדעל איז!!!!!

יא!! בן פראדעל האט קיינעם נישט ענטוישט

ער וועט אריין גיין אין די געשיכטע פין חסידות וויא וויא א שלעגער א רוצח
וואס כל ימיי חייו האט געשלעפט זיין גאנצע חיות פין מחלוקת אין אנמאכען שינאת אחים צווישען
איין יוד אין א צוויטען יוד , וויא איינער האט אנעווערקשאפט די גרעסטע מחלוקת צווישען ביים
ייודישען פאלק

אין דער וואס האט אפגעטיילט די זיידען פין די אייניקלעך אין פין זיינע אנדערע קינדער

משה פרידמאן וועט בלייבען אין געשיכטע פין יהדות לחרפה ולדראון עולם לכל הדורות וואס ער
וועט קיינמאל נישט קענען אפוואשען פין זיך אין זיין משפחה!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > משה פר"מ מאכט מהומות אין קרית יואל ביי די לוי' פון הייליגן רבי'ן !!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext