בית פורומים כל העולם כולו

וזרח השמש ובא השמש: הכתרת כ"ק מרן רבינו שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/4/2006 07:27 לינק ישיר 

אין קורצע ווערטער וואלט איך געוואלט אראפגעבן מיין אנאליז איבער דעם עתיד פון סאטמאר, טראץ וואס איך בין אפן נוטה צו א זייט, שפיר איך אבער אז איך וועל קענען מאכן א גרונטליכן איבערזיכט איבער די גאנצע קהילה.

קרית יואל

75 פראצענט סאטמארע חסידים וועלן געהערן פאר רבינו שליט"א, די איבריגע וועלן געהערן צו קהילת רז"ל [די אנהענגער פון טאהש, תולדות אהרן, בני יואל, וכו', זענען נישט אריינגערעכנט געווארן].

בארא פארק

85 פראצענט פון תלמידי וחסידי סאטמאר וועלן געהערן צו רבינו שליט"א. די איבריגע וועט ארום 10 פראצענט געהערן צו רז"ל, און די אנדערע 5 וועלן נישט געהערן אין ערגעץ.

לאנדאן

70 פראצענט פון תלמידי וחסידי סאטמאר וועלן געהערן צו רבינו שליט"א, די איבריגע וועלן געהערן צו רז"ל.

בני ברק

90 פראצענט פון תלמידי וחסידי סאטמאר וועלן געהערן צו רבינו שליט"א. די איבריגע וועלן א שטיק צייט זיך אנהענגען אויף רז"ל.

מאנסי

65 פראצענט פון תלמידי וחסידי סאטמאר וועלן געהערן צו רבינו שליט"א, ארום 30 פראצענט וועט געהערן צו ר' חיים יושע (נישט אריינגערעכנט די גאס מענטשן וועלכע וועלן געהערן צו ר' חיים יושע). די איבריגע וועלן זיך דרייען ביי ר' חיים יושע ביז ער וועט זיך אפן צוקריגן מיט רז"ל.

ירושלים

45 פראצענט פון תלמידי וחסידי סאטמאר וועלן געהערן צו רבינו שליט"א, די איבריגע וועלן געהערן צו רז"ל ובנו הבכור.

מאנטריאל

איז שווער פארצוזען וויאזוי דער מצב וועט זיך אויסשטעלן, עס איז צום מערסטן פארגעזען אז אלעס וועט בלייבן אזוי ווי עס איז יעצט, לפחות פאר די קומענדיגע פאר יאר. ביידע רבי'ס וועלן פארן אויף שבתים, דער גרעסערער ציבור וועט געהערן צו רבינו שליט"א. אויב עס וועט קומען צו א טיילונג, וועט בדרך הטבע רמ"מ טירנויער שטיין אין שפיץ פון די זאלי קהילה (אויב ער וועט נאך דארט זיין), וואס וועט האבן ארום 35 פראצענט, און ר' דוד וועט בלייבן רב אין די אהרוני'שע קהילה, מיט די איבריגע 65 פראצענט.

לעיקוואוד

איז זייער שווער אויסצורעכענען, עכטע סאטמארע זענען דארט דא זייער ווייניג, אלעס וועט זיך ווענדן אין דעם דיין ר' מרדכי בצלאל, וועמען עס איז זייער שווער אויסצורעכענען צוליב געוויסע סיבות... עס לאזט זיך גלייבן אז זיין איידעם ר' משה פאנעט וועט ערלעדיגן אז עס זאל געהערן צו די זייט פון רבינו שליט"א.

אנטווערפן

די מוסדות און קהילה וועלן געהערן צו רז"ל, דער ציבור איז בערך 50-50.

מאנטשעסטער

וועט געהערן אינגאנצן צו רבינו שליט"א, פון די פאר צענדליגער מעמבער'ס וועט קיין חלוקה נישט ווערן, און סיי דער ארטיגער רב און סיי די ארטיגע ראשי קהילה געהערן צו רבינו שליט"א. תוקן על ידי - בא_ללמד - 26/04/2006 7:43:42



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2006 07:42 לינק ישיר 

 כפי השמועה איז היינט געווען א דרשה אין מאנטשעסטער דורך אב"ד הקהלה הגה"צ ר' ישראל חיים הורוויץ שליט"א און מען האט מקבל מרות געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2006 07:50 לינק ישיר 

און יעצט קומען מיר צו צום עיקר:

וויליאמסבורג

זייער אסאך פון דעם אויסשטעל פון די צוויי סאטמאר'ס ווענדט זיך אין ווער עס וועט געווינען דעם געריכטליכן פארמעסט איבער די בנינים און נכסים אין וויליאמסבורג, די אלע אויבנדערמאנטע ציפערן זענען נאר קראנט ביים היינטיגן טאג, אבער דער בילד קען זיך גענצליך ענדערן געוואנדן אין דעם אויסגאנג פונעם פארמעסט.

צוערשט לאמיר זען וויליאמסבורג זעלבסט.

היינט צו טאג איז דא בערך 7,000 סאטמארע מעמבער'ס אין וויליאמסבורג.

פון דעם איז ערגעץ נעבן 2 טויזנט פארברענטע אהרונים, ארום 1,000 זענען אויך אהרונים, און נאך ארום 1,000 זענען אהרוני'שע סימפאטיקער.

דערנאך איז דא ארום 1,000 פארברענטע זאליס, די איבריגע זענען שטארק נוטה צו רז"ל, רוב פון זיי האבן שרעקליך פיינט רבינו שליט"א, און וועלן טון אלעס אין דער וועלט אז רז"ל זאל בלייבן רבי אין וויליאמסבורג, כדי רבינו שליט"א זאל נישט קענען איבערנעמען אינגאנצן דעם שבט ההנהגה. זיי פאר זיך זענען אבער עסטאבלירט אין אייגענע בתי מדרשים, און א גרויסער טייל פון זיי שיקן אויך די קינדער אין אייגענע מוסדות.

א) אויב די זאליס גייען געווינען דעם געריכט עד הסוף, און די אהרונים וועלן ארויסגיין נקי מכל, וועלן די טויזנט זאליס, און כמעט אלע 2,000 סימפאטיקער בלייבן ארום רז"ל, כ"ק רבינו שליט"א וועט מסתמא וואוינען אין וויליאמסבורג, און די 2,000 אהרונים וועלן גלייך אין די ערשטע מינוט מיטגיין מיט רבינו שליט"א אפילו אין וואסער אריין. די איבריגע וועלן ווארטן ביז ווען דער מצב וועט זיך סטאביליזירן, און רוב פון זיי וועלן דאן צוריקקומען צו רבינו שליט"א, למחצה לשליש ולרביע.

דאן וועט אויך דער בילד איבער די וועלט בלייבן ווי אויבנדערמאנט.

ב) אויב וועט זיין א פשרה ביי די"ת אד"ג, אדער א געצווינגענער טיילונג, וועלן די טויזנט זאליס בלייבן ביי אים, די איבריגע וועלן על פי רוב צוריקגיין יעדער צו זיין אלטן איינגעפונדעוועטן בית המדרש, אזויפיל וועט רז"ל יא האבן פון זיי, אז זייערע קינדער וועלן כמעט אלע לערנען אין קווינס, וואס מיינט אז א גרויסער פראצענט פון זייערע קינדער וועלן יא געהערן צו רז"ל, למחצה לשליש ולרביע.

ביי די אהרונים וועלן אלע 3,000 אהרונים גלייך קומען אינגאנצן צו כ"ק רבינו שליט"א, די איבריגע וועלן אריינפאלן דא און דארט, אבער זייערע קינדער וועלן זיין פאלנע אהרונים. (עס איז אויך פארצוזען אז עס וועלן זיין מענטשן פון די גאס וואס וועלן אריבערקומען צו די אהרונים, אבער דאס איז נישט דא די טעמע).

אין דעם פאל וועט דער בילד איבער די וועלט אויך בלייבן דאס זעלבע.

ג) אויב אבער די אהרונים וועלן - בע"ה - געווינען עד הסוף, און אלעס וועט געהערן ביי זיי, וועלן אלע 4,000 אהרונים באלד אריבערקומען געהעריג צו רבינו שליט"א, די טויזנט זאליס וועלן בלייבן גענצליך ביי רז"ל, די אנדערע 2,000 איז שווער אויסצורעכענען, לכאורה וועלן זיי אנהייב ארויסווייזן סאלידאריטעט מיט רז"ל, אבער זיי וועלן זייער שנעל מיד ווערן און אים לאזן אויפן וואסער.

אין דעם פאל מוז מען נעמען אין באטראכט זייער א וויכטיגע נקודה: דער בית החיים.

אין די פריערדיגע צוויי פעלער, וואו דער בית החיים וועט גאנץ זיכער בלייבן צוטיילט צווישן די צוויי קהילות, וועט דאס נישט אפעקטירן דעם ציבור אין דער פרעמד.

אבער אין דעם יעצטיגן פאל, וואס דער בית החיים וועט געהערן גענצליך פארן צד פון רבינו שליט"א, איז אזוי, אין וויליאמסבורג און קרית יואל וועט עס כמעט נישט האבן קיין השפעה, די מענטשן אין די צוויי ערטער וועלן גיין מיט רז"ל אפילו אויב מען וועט דארפן אויפגעבן דעם בית החיים דערפאר, אבער אין די דרויסנדיגע קהילות וועט די מורא פון נישט קענען ליגן אין ביה"ח האבן א אבנארמאל שטארקע השפעה וואס עס איז אוממעגליך אויסצורעכענען פון פאראויס פונקטליך וויאזוי עס וועט זיך אויסשפילן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2006 09:06 לינק ישיר 

איך זע דיין סטאטיסטיק, אבען עס וויכטיג צי אנעלעזירען די סיבות אינטער די סטאטיסטיק וואס דאס וועט מעגליך משנה זיין די סטאטיסטיק, וימים ידבירו דהיינו, אלע חסידים פין רבינו שליטא מוה ר אהרן זענען זיינע חסידים , באשר מוה ר אהרן איז א תורה יוד אין ער האט זיך געוייקט כל ימיי חייו אין די דפיי גמרא אין תורת ה" ווען מוה ר אהרן האלט א דרשה, גיסט זיך פין זיין מויל די תורת ה" אויף וואס ער האט זיך מייגע געוועהן כל ימיי חייו, תורה פליט נישט אריין אין קאף! ממוז לערנען מזאל קענען, אין דאס האט מוה ר אהרן געטהון ובתורתו יהגה יומם ולילה אין אז מלערענט תורה קען מען זיין א מנהיג פין יודען אין דערפאר גייען יודען צי מוה ר אהרן פאר א ברכה וויא די גמרא זאגט מי שיש לו חולה ילך אצל חכם ויתפלל עליו משאכ ביי די וואס באלאנגען צי רזל גלייב איך נישט אז אפילו איינער וועט אריין גיין מיט עם מיט א קוויטעל מחמת ער גלייבט אין עם וויא פועל ישועות די מענטשען וואס האלטען זיך דארט אויף איז מחמת שנאה צים תלמוד חכם מוה ר אהרן שליטא אין וויא מזאגט סאיז נישט מאהבת רזל אין דערפאר ווען די מחלוקת וועט זיך סעטלען איז דא סברה אז פיל וועלען צירוק גיין ציי זייערע שטיבלעך וויא זיי זענען ציגעווינט, אין אוודאי די בניי יואלניקעס וועלען אפילו איין טאג נישט מיטהאלטען מיט רזל, וויא מהערט פין זייער מויל כסדר שימפען אז עס איז אויס מיט די גזע התמרים אין זיי ווילען בכלל נישט קיין עול , זיי זענען א באנדע פין דערביטערטע מענטשען וואס יעדער וויל זיין זיין אייגענע בעל בית , אין איך מיין אז די גרעסטע חלק פין רזלס מענטשען באשטייען פין אזאלעכע מענטשען....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 04:19 לינק ישיר 

 
 
Moshe Indig, a supporter of Rabbi Aaron Teitelbaum, countered that "This is not a court issue, the court has nothing to do with succession."
"This is a corporate issue," Mr. Indig said. "We are talking about a half billion dollars in assets. The board members from Satmar community around the world want him (Rabbi Aaron) to be the successor. "There is going to be a big crowning ceremony."
 
 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 04:49 לינק ישיר 

איך דערמאן זיך איצט, אין די א' חיי שרה דרשה, האט רבינו ז"ל הכ"מ געניצט דאס לשון: ווילאנג איך לעב וויל איך אז דער רב [SIC] זאל זיין אין ק"י און מיין זון זלמן לייב'ן אין וומ"ס.

איז די שאלה, צו האט ער געמיינט צו זאגן אז ווען איך ליב נישט זאל ר"א האבן "אלעס" נישט נאר ק"י, אדער פארקערט, ר' ז"ל זאל האבן אלעס.ס'איז אפשר א מקרא שאין לו הכרע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 07:52 לינק ישיר 

גענעראל פארזאמלונג און בית המדרש הגדול בקרית יואל


עס האט אויפגעטרעטן מיט א געשטיקטע שטימע הרה"ח המפורסם ר' דוד עקשטיין סגן ראש הקהל דקהלתינו, און ער האט  אויסגעשריגן דעם חובת השעה, זיך צו מחזק זיין נאך דעם אויסטערלישן אומגליק וואס האט אונז באטראפן.

דאן האט דער לאנגיעריגער ראש הקהל וראש העיר דקרית יואל הרה"ח ר אברהם ווידער שליט"א מכריז געווען דעם באשלוס פון די קהלה, מכתיר צו זיין רבינו שליט"א אלס אונזער מנהיג, און ער האט אויסגעשריגן מיט א רירענדע קול אדיר

יחי אדונינו מורינו ורבינו יחי

און די טויזענטער אידן אין בית המדרש וואס איז געווען פול מקצה אל הקצה האבן אויסגעשריגן כאיש אחד בלב אחד


יחי


דאן האט גערעדט מיט א קול חוצב להבות אש דער דומ"ץ דמתא הגה"צ ר' געציל, און ער האט מאריך געווען בשבחו פון דעם גדלות בתורה ובקדושה פון רבינו שליט"א, און ער האט געזאגט בזה הלשון, "דער רבינו אבינו רועינו האט עם געשטעלט דא אין קרית יואל מיט איבער צוואנציג יאר צוריק, און מען האט געזען דעם הצלחה וסייעתא דשמיא וואס האט עם באגלייט די אלע יארן, און במשך פון די יארן בין איך געווארן מיט עם אלס נאנטער און נאנטער, און איך האב געזען גרויסע זאכען, אין פארשידענע ענינים, און ער האט אויסגערופן צו די הנהלת הקהלה, יפה בחרתם, וגם אני הצעיר צוזאמען מיטן גאנצן ציבור זענען מיר מקבל מרות פון אדונינו מורינו ורבינו שליט"א.

דאן האט גערעדט הגאון האדיר הרה"צ ר' ברוך מיללער שליט"א, און האט קורץ פארציילט דעם גדלות פון רב, און האט מפליא געווען די טייערע ערליכע פירות וואס דער רב איז מגדל אין די מתיבתא הקדושה, און ער האט בענוותנותו מקבל מרות געווען פון רבינו שליט"א מיט א זעלטענע התבטלות.

דאן האט גערעדט ר' מרדכי דוד קאהן, , אז רבינו שליט"א וועט אונז ווייטער פירן די מלחמות לה' בעמלק ועם הנגררים אחריהם.

דאן האט אויפגעטרעטן  הרה"ח ר' מאיר הירש מנהל המוסדות, וועלכער האט געשילדערט דעם התקשרות פון רבינו הקדוש, מיט רבינו שליט"א, ווי אויך האט ערקלערט  א רבי קען ווערן סיי ווער, אויב דער טאטע איז געווען  א רבי, איז דער זוהן אויך א רבי, אבער וויאזוי מעסט מען א גדול און מנהיג, מען  טוט מעסטן לויט וויפיל התנגדות מען האט, און פאר הונדערטער יארן איז שוין נישט געווען א רב מיט אזויפיל התנגדות, און די פיינונגען און שטיינער וואס מען האט געשטעלט פארן רב די אלע יארן און איבערהויפט אין די לעצטערע יארן, דאס איז א סימן אז ער איז דער מנהיג הדור, און צוליב דעם האבן אלע קהלות סאטמאר איבער די וועלט עם אויפגענומען אלס אונזער מנהיג.

דערנאך האט גערעדט דברי נעילה הרה"ג ר דוד שלמה עקשטיין, און אויפגעפאדערט דעם ציבור צוצוהעלפן און מיטצושטיין מיט רבינו שליט"א מיט אלע כוחות כאיש אחד בלב אחד, און האט בקול בוכים דערמאנט דעם עולם אז מיר גלייבן אז א ממלא מקום נעמט איבער אלע כוחות פון אלע פריעריגע מנהיגים, און די הייליגע כוחות פון אבות אבותינו הקדושים וועט ווייטער באגלייטן כ'ק אדונינו מורינו ורבינו שליט"א עד ביאת הגואל. 

תוקן על ידי - ארענדאר - 27/04/2006 7:57:22



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/4/2006 17:08 לינק ישיר 

 
The Satmar are the largest and most dynamic of the Orthodox Jewish sects. Taking their name from Satu Mare, a town in in present-day Romania, they claim 65,000 adherents in Williamsburg and Kiryat Joel and several thousand others in Jerusalem, London, Antwerp and Montreal.
Samuel Heilman, professor of Jewish studies at the City University of New York, has a solution. The sect could agree on an amiable split. "The group is much bigger now. It can sustain two rebbes located in different locations. If this was in Europe, one would be called the Kiryat Joel rebbe and one called the Williamsburg rebbe, and there wouldn't be any problem."
 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 20:45 לינק ישיר 

ווער וועט ווערען נשיא פון התאחדות, עדה החרדית,רב טוב,שומרי החומות, וכו' ??!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2006 04:04 לינק ישיר 

אין בארא פארק האט מען פארלאנגט פון אלע מנהלים אז זיי מוזן אונטערשרייבן בכתב אז זיי ווארפן זיך אונטער תחת מרותו והדרכתו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

אויך אין קרית יואל גייט מען פארלאנגען אזא אונטערשריפט.

און האפנטליך וועט מען בקרוב אי"ה אויך אין וויליאמסבורג פארלאנגען אזא אונטערשריפט פון אלע מנהלים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 05:48 לינק ישיר 

היינט איז געווען א גענעראל פארזאמלונג אין מאנטריאל. איינער ווייסט וואס עס איז געווען דארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 08:10 לינק ישיר 

לויט מיין אינפארמאציע נעמט מען צוזאם אונטערשריפטן. עס זענען דא 185 סאטמארע מעמבער'ס, נאנט צו הונדערט האבן שוין אונטערגעשריבן, און נאך ארום דרייסיג וועלן לכאורה אונטערשרייבן.

בדרך הטבע וועט די מאנטריאלער צענטראלע קהילה געהערן צו כ"ק רבינו שליט"א (אנדערש ווי איך האב פאראויסגעזאגט אין אן אנדערן אשכול, איך האב פארזען איין וויכטיגער פרט, אז דער מאנטריאלער רב האט מסתמא אויך געהערט פון רביה"ק זי"ע הכ"מ איבער זיין רצון אז אלעס זאל געהערן פאר רבינו שליט"א, און דאס וועט אים שטארק מחייב זיין, בפרט ווען א קלארער רוב פון די חברי הקהילה פארלאנגען אויסדריקליך אז די קהילה זאל געהערן צו כ"ק רבינו שליט"א).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 18:48 לינק ישיר 

נעכטן איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה פון די ראשי הקהילה אין אנטווערפן, אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב שלום פריעד, וואו עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' בעריש קאהן שליט"א, דער ראש הכולל, און ער האט ארויסגעברענגט אז די קהילה איז צו קליין אז עס זאל קענען זיין כדי חלוקה, ועל כן וויל ער נישט אפיציעל מכתיר זיין כ"ק מרן רבינו שליט"א, אזויפיל מוז מען אבער זען אז די קהילה זאל זיך האלטן צוזאמען.

ער האט פארלאנגט אז עס זאל זיין אין ביהמ"ד איין גבאי פון יעדער זייט, און מ'האט אויפן פלאץ אויפגענומען הרה"ח ר' ליפא בערקאוויטש (א ברודער פון הגאון האדיר זומ"ץ קרית יואל שליט"א) פאר גבאי.

אויך האט ער פארלאנגט אז מ'זאל אריינשטעלן דריי פון אונזערע מענטשן אין די קהילה.

לויט די באריכטן וועט אזא קאלטע שלום/מלחמה נישט אנהאלטן צו לאנג, און בדרך הטבע וועט עס גאנת שנעל אויספלאצן (כרגיל אין אנטווערפן...), די יודעי דבר זאגן פאר אין אזא פאל אז דער ביהמ"ד (וואס געהער פאר ר' שמחה גליקמאן) וועט באלאנגען צו כ"ק רבינו שליט"א, און וועגן די מוסדות איז נאך צו פרי צו רעדן צוליב געוויסע סיבות (דערווייל געהער עס פאר ר' מרדכי שטויבער). תוקן על ידי - בא_ללמד - 28/04/2006 19:21:35



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 09:56 לינק ישיר 

מצורף קובץ

רבני וראשי הקהלה דקרית יואל זענען מכתיר כ"ק רבינו שליט"א, ביי די גענעראל פארזאמלונג די פארגאנגענע וואך אין קרית יואל. הגאון האדיר רבי געציל בערקאוויטש שליט"א ביים מייק





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וזרח השמש ובא השמש: הכתרת כ"ק מרן רבינו שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.