בית פורומים כל העולם כולו

קהל חמדת ישראל דסאטמאר מונסי נעמט אויף חיים יושע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/4/2006 19:27 לינק ישיר 

די זאליס האבן זייער געוואלט אז ער זאל נישט ווערן רבי , נאר זיין אונטער זיי,ער האט זיי אנגעפופן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 19:34 לינק ישיר 

רז"ל האט (אזוי געריפן) מסכים געווען, וויל ער האט נישט געהאט קיין ברירה, אין מיט דעם האט ער געוויזן אז זיין פאלטשע צואה איז נאר אויף וויליאמסבורג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 20:24 לינק ישיר 


היות קיינער האט נאך נישט גענומען די מי צו שרייבען דעם אמת דא, פיל איך א חוב להסתים פי דוברי שקר און קאפירן א באריכט וואס עס שרייבט איינער וואס האט בייגעוואוינט דעם גענעראל פארזאמלונג אין מאנסי. 

וז"ל:
 

דער  ראש הקהל הרה"ח ר' הערש אלימלך ווערצבערגער הי"ו האט זיך אויפגעשטעלט און אויגערופן אז דער געהויבענער רב ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א דער יונגסטער איידעם פון רבי'ן זצ"ל איז אויפגענומען געווארן צו ממשיך זיין און אנפירן מיט די עדה הקדושה קהל ויואל משה ד'סאטמאר מאנסי ביז משיח'ס טאג.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />*:NAMESPACE PREFIX = O />


 


ער האט איהם נישט באטיטלט מיטן נאמען אדמו"ר נאר מנהיג און רועה נאמן און כסדר האט ער איהם אנגערופן כ"ק מרן דער רב שליט"א, דאכט זיך מיר אז איינמאל האט ער יא געזאגט ער וועט זיין אונזער רב אונזער מנהיג און אונזער רבי, אויך האט ער געזאגט אז דער רבי ז"ל בעל "ברך משה" האט כמה פעמים געזאגט פאר די ראשי הקהילה אז ער גיבט זיי אוועק דאס שענסטע און טייערסטע, אויך האט רבי ז"ל געזאגט אז "ער וועט ענק פירן  ביז משיח וועט קומען"


 


ער האט אויך געזאגט אז מאנסי האט די זכיה אז כבוד הגאון הצדיק דער רב שליט"א זאל פירן די הייליגע קהלה, א זאך וואס פיל ערנסטע קהילות הקודש און אנשי שם און ערליכע שלומי אמוני ישראל די בכל אתר, קוקן מיט אזא גלוסטעניש אויף די גליקליכע מאנסי, צו האבן אין שפיץ אזא מנהיג.


 


עס האט זיך באטייליגט קרוב צו טויזנט אידן, נאך די דרשה האט זיך איינער פון די עלטערע אנ"ש אויפגעשטעלט אין געשריגן יחי אדונינו.


 


נאך די גענעראל פארזאמלונג זענען הונדערטער אידן אריבער געגאנגען צום רב שליט"א מקבל מרות זיין און וואונטשן מזל טוב וגם הוא ענה כנגדם בברכת קודש כדרכו בקודש ווי מען האט געזינגען ווארימע ניגונים ווי יהיה רצון לקיים בנו חכמי ישראל, עס האט זיך אויפגעשטעלט איינער פון זקני וחשובי החסידים הגאון ר' בן ציון פעלדמאן שליט"א אליין א גרויסער תלמיד חכם בנגלה ובנסתר, ער האט אויפגעטראטן מיט הייסע דיבורים, אז מיר נעמען אויף א רבין אויף אונז וואס יעדעס ווארט וועט זיין קודש קדשים ביזן סוף בהתבטלות גמורה אזוי ווי פארצייטישע חסידים ביי זייערע גרויסע רבי'ס.


 


ער האט שארף זיך אויסגעדדריקט אז סאטמאר האט פאר זיבן און צוואנציג יאהר געטהון א גרויסן טעות פארן אויפנעמן א רבי'ן נאר פאר שומר אויף די קהילה און נישט פאר א מנהיג ישראל בהתבטלות גמורה, און נאר ווער עס האט יא געהאט שכל און זיך מבטל געווען האט מצליח געווען, און דאס איז אונזער תפקיד נישט צו מאכן נאכאמאל דעם זעלבן טעות.


 


עס זענען אריבער איבער דריי שעה אן עולם געבן קוויטלעך און נעמען ברכת קדשו ער האט נישט געוואלט ליינען די קוויטלעך ער האט דאס אונטער געשטיפט אונטערן טישטעך.



טיש גייט ער נישט פירן, לרגל ימי השבעה, עס איז דא א שמיעה אז נעקסטע וואך וועט ער פירען טיש און נייעם גרויסן בית מדרש, און ווי פארשטענדלעך וועלן קומען צו לויפן אסאך חשמונאים מיטצוהאלטן דעם גרויסן שבת פרשת אח"ק בצילא דמהימנותא




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2006 00:43 לינק ישיר 

קוקטס גוט איבער דעם מאנסיער רביס באריכט
חלק
"ער האט שארף זיך אויסגעדדריקט אז סאטמאר האט פאר זיבן און צוואנציג יאהר געטהון א גרויסן טעות פארן אויפנעמן א רבי'ן נאר פאר שומר אויף די קהילה און נישט פאר א מנהיג ישראל בהתבטלות גמורה, און נאר ווער עס האט יא געהאט שכל און זיך מבטל געווען האט מצליח געווען, און דאס איז אונזער תפקיד נישט צו מאכן נאכאמאל דעם זעלבן טעות."

שומו שמים סיי זלמן און זיי חיים יושע זאגן אז זיי גייען פאררעכטען וואס דער טאטע/שווער האט מקלקל געווען רח"ל
מיט אזעלכע ממלא מקום'ס ווער דארף שונאים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קהל חמדת ישראל דסאטמאר מונסי נעמט אויף חיים יושע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.