צו די מעשה פון ר' הירצקא צוויבל שליט"א בין איך אויך א לעבעדיגער עדות , ( די מעשה האט פאסירט צוויי מאל ) ווען דער רבי זי"ע הכ"מ האט מיך געהייסן רופן משה גבאי'ן זייער וויכטיג , און איך האב געקאלט משה זאגן אז דער רבי רופט אים האט ער געענפערט אז ער איז ביזי (?) און ער וועט שפעטער קומען , האב איך געזאגט פארן רבי'ן אז משה זאגט אז ער איז ביזי און ער וועט באלד קומען , האט דער רבי געזאגט דעמאלטס רוף מיר הירצקא'ן , איך האב אים גערופן און ער איז באלד דארט געווען און ס'איז פארגעקומען דער שמועס וואס איז באשריבן אינעם אנדערן אשכול.
איינמאל ביי די דירה אויף קיעפ סט. ביים ביהמד"ר שמועסנדיג מיטן רבי'ן זי"ע הכ"מ ,האט דער רבי זיך אנגערופן איך האב פינעף זון ניין ? איך האב אים געזאגט אז נאר פיר , האט דער רבי נאכאמאל געזאגט פינעף און אנגעפאנגען אויס צורעכענען , דער רב ר' אהרן, ליפא, זלמן לייב, שלום אליעזר און מענדל , האב איך געזאגט אז מענדל איז א אייניקל האט זיך דער רבי אנגערופן ער איז אבער ווי מיין קינד
|
|