מ'דערציילט, אַז נאָך דער מלחמה, אין די יאָרן פאַר דער גרינדונג פון די מדינה אויפן באָדן פון ארץ ישראל, איז אין ניו יאָרק פאָרגעקומען אַן אסיפה פון רבנים, אין וועלכע עס האָט זיך אויך באַטייליקט דער סאַטמאַרער רב, כ''ק האדמו''ר רבי יואל טייטעלבוים, אַליין אַ געראַטעוועטער פון דעם חורבן אינעם ''קאַסטנער באַן''. דער סאַטמאַרער רב האָט זיך אויפגעשטעלט און, אויף זיין אייגנאַרטיקן שטייגער, געוואָרנט וועגן די שרעקלעכע קאָנסעקווענצן וואָס וועלן אַרויסקומען פון דער גרינדונג פון אַ מדינה.
דער סאַטמאַרער רב האָט גערעדט גאָר שאַרפע דיבורים, און זיך אויסגעדריקט מיט שפּיזיקע לשונות, ביז איינער פון די אָנוועזנדע רבנים האָט באַמערקט: ''דאָ אין אַמעריקע רעדט מען נישט אַזוי''...
האָט זיך אויפגעשטעלט הגאון ר' יצחק הוטנער, דער בעל ''פּחד יצחק'' און ראש ישיבה פון רבנו חיים בערלין, און געזאָגט: חז''ל דערציילן אַז אין דער תיבה האָט אַ לייב געביסן נח'ן אויף דעם וואָס ער האָט פאַרשפּעטיקט אים געבן אַ מאָלצייט. שטעלט זיך די פראַגע: נח האָט דאָך במשך פון אַ גאַנצן יאָר זיך מוסר נפש געווען כדי צו שפּייזן און אַכטונג געבן אויף אַלע בהמות, חיות און עופהלעך אין דער תיבה. טאָג און נאַכט האָט ער זיך מיט זיי, די חיות, אָפּגעגעבן. איז היתכן אַז ער איז אַזוי שטרענג באַשטראָפט געוואָרן אויף דעם וואָס ער האָט פאַרשפּעטיקט געבן איין סעודה סך הכל צו איין לייב?
אלא מאי, האָט ר' יצחק הוטנער געענטפערט, דאָ האָט זיך נישט געהאַנדלט וועגן סתם אַ לייב וואָס האָט באַקומען זיין מאָלצייט שפּעטלעך; דאָ האָט זיך געהאַנדלט וועגן דעם לעצטן לייב וואָס האָט עקזיסטירט אויף דער וועלט... נח'ס פוילקייט האָט געקענט פאַראורזאַכן אַז דער איין און איינציקער פאַרבליבענער לייב וואָלט פאַרטיליקט געוואָרן פון דער וועלט און פאַרשוויגן געוואָרן אויף אייביק.
האָט זיך הרב הוטנער אויסגעדרייט צום רב וועלכער האָט געפּרואווט פאַרשווייגן דעם סאַטמאַרער רב און געזאָגט: אַלע אונזערע מעכטיקע ''לייבן'' זענען פאַרטיליקט געוואָרן בעת דער מלחמה. פון יענער פאַרגאַנגענער וועלט איז געבליבן בלויז איין ''לייב'' וועלכער האָט נישט מורא צו מקיים זיין דעם ''אריה שאג''. ווילט איר דען פאַרשווייגן דעם לעצטן לייב?!*איצט, נאָך דער פּטירה פון דעם סאַטמאַרער רבי'ן, דער פּלימעניק און ממלא מקום פון רבי יואליש, פרעגן אידן, וואָס וועט געשען מיט דעם מעכטיקן ''אריה שאג'' פון סאַטמאַר? וועט דער געשריי פון דעם סאַטמאַרער רבי'ן צו אָנהאַלטן זיך ביים ''רוח ישראל סבא'' און נישט אָפּטרעטן פון דער מסורה אפילו כקוצו של יו''ד, פאַרשוויגן ווערן מיט דעם נייעם חלל וואָס איז דעם מאָנטיק געשאַפן געוואָרן אין סאַטמאַר? וועט די ריזיקע אימפּעריע וואָס דער רב האָט אויפגעבויט במשך פון צענדליקער יאָרן חרוב ווערן אין די פייערן פון מחלוקת און הפקרות?
דער סאַטמאַרער רב, ר' יואל, פלעגט איבערזאָגן אינעם נאָמען פון זיין פאָטער, דער ''קדושת יום טוב'', אַ טייטש אין דעם וואָס מ'בעט בעת הושענות, ''הושענא יום הבחירה הושענא''. מען בעט, האָט ער געזאָגט, אַז דער אויבערשטער זאָל אונז העלפן זען דעם אמת אַז מיר פאַרמאָגן אַ כח הבחירה, אַ קראַפט צו אויסקלייבן דעם ריכטיקן שליאַך אין לעבן. אין היינטיקע דורות זענען דאָ אַזויפיל נסיונות און דער יצר הרע ברענט אַזוי שטאַרק, אַז עס דוכט זיך גאָר אַז דער כח הבחירה איז בטל געוואָרן. טאָ בעט מען ביי דעם רבונו של עולם, ''הושענא יום הבחירה הושענא'', ער זאָל אונז העלפן נישט פאַרגעסן אַז מיר זענען בעלי-בתים אויף אונזער צוקונפט. מענטשן זענען מסוגל בייטן די דרכי הטבע, און דורכפירן ניסים ונפלאות אויף ג-ט'ס וועלט.
דעריבער וויל איך זיך נישט מצרף זיין צו אַלע שוואַרצע נביאים וועלכע זאָגן צו אַז אין סאַטמאַר וועט איצט פאָרקומען אַ ברודער-קריג און אַ בלוט-באָד, חלילה. לאָמיר האָפן אַז סאַטמאַרער מנהיגים, יונגעלייט און עלטערע אידן, וועלן פאַרשטיין די ריזיקע אחריות וואָס ליגט אויף זייערע פּלייצעס אין די שווערע מאָמענטן פון אבילות און וועלן אויסנוצן זייער כח הבחירה צו פאַרווירקלעכן אַ נס און אַריינבלאָזן אַ פרישן רוח פון שלום און איידלקייט אין סאַטמאַר.
לאָמיר האָפן אַז סאַטמאַרער חסידים וועלן באַגרייפן אַז זייערע באַשלוסען אין די מאָמענטן וועלן באַשטימען די צוקונפט פון אַ גאַנצן דור. די ערגסטע זאַך וואָס מען קען איינפלאַנצן אין קינדער איז ציניזם, און בשעת קינדער זעען ווי רבנים, תלמידי חכמים, כולל יונגעלייט, בעלי צדקה קריגן זיך אַרום; בשעת קינדער וואַקסן אויף אין אַן אומגעבונג אָנגעפילט מיט פּאָליטיק און קאָרופּציע, פאַרלירן זיי זייער אמונה אין די אידעאַלן מיט וועלכע די מנהיגים זענען זיי מחנך. און צו אויסוואָרצלען אמונה פון אידישע קינדער איז אַ טראַגעדיע און אַ ''מעוות לא יוכל לתקן''.
דאָס איז אַ מאָמענט וועלכער פאָדערט אויף אַן אמתן און פּנימיותדיקן חשבון הנפש אין סאַטמאַר. זייער רבי, איינער פון די לעצטע לייבן פון דעם פאַרגאַנגענעם דור, איז ווערט אַז זיינע חסידים זאָלן זיך אויפהויבן אַ טפח העכער. לאָמיר מתפלל זיין אַז זיי וועלן נישט אויסלעשן אַ פייער וואָס ער האָט מיט אַזויפיל שווייס און בלוט אָנגעצונדן אין אַמעריקע.
לאָמיר אַלע געדענקען אַז צום כסא הכבוד גייט קיינער נישט מיט ריעל עסטייט אָדער אפילו נישט מיט הונדערט טויזנט חסידים. איינער אַליין גייט מען צום רבונו של עולם אים אָפּגעבן אַ חשבון צי מען האָט געדינט זיך אָדער דעם באַשעפער.
~~~~~ |