דינסטאג ביינאכט איז געווען דארט לויט די רייע ווי אזוי מ'איז געווען חברי בד"ץ של סקווירא הגה"צ ר' חיים יושע האלבערשטאם חדב"ן רבינו הכ"מ הרה"ג ר' מלכיאל קאטלער ר"י ב'לעיקוואד הרה"ג ר' יוחנן וואזנער דומ"ץ סקווירא מאנטריאל וראב"ד בד"ץ סקווירא מיטוואך הגאוה"צ ר' ישראל האגער ר' מנחם עראנסטאר מוויזניץ ב"ב בשליחת אביו/חותנו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי
נשלח ב-2/5/2006 23:26
איך האלט אז מען דארף ארויסגעבן א קונטרס,(אדער אפשר א טעיפ), מיט אלע שמועסן וואס איז פארגעקומען במשך די שבעה, ביי רבינו שליט"א, עס איז געווען מלא תוכן, אין מען האט זיך כסדר געקענט אויסלערנען עפעס פריש. וואס האלט דער עולם?
נשלח ב-2/5/2006 23:14
כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א א מחותן מיט רבינו שליט"א האט מנחם אבל געווען פרייטאג צופרי.
נשלח ב-2/5/2006 00:16
אויך זענען געווען מנחם אבל זיין הנגידים החושבים לבית סיגוט סאטמאר
רבי משה ביסטריצער ובנו ני"ו
רבי שלמה גרין ני"ו
האחים החשובים ראטשטיין ני"ו
רבי בנימין קויפמאן ני"ו
רבי נוסענצוווייג ני"ו
רבי אליעזר פרענקל ני"ו לאנדאן
רבי הערשל לאנדא ני"ו - לאנדא גראסערי
רבי יודל ליכטענשטיין ני"ו
רבי משה שמואל פארקאש ני"ו - מהדרין
רבי משה מארקאוויטש ני"ו - לאנדאן
האחים קארפינקל ני"ו
האחים וויינשטאק ני"ו - מיעל מארט
ר' שלמה הייזלער ני"ו
ר' חיים צבי שאהן ני"ו
וכו'
פרייטאג איז געווען מנחם אבל א דעלעגאציע פון בערך 10 מענטשען פון אגודת ישרא' די רבי שליט"א האט ארום גערעדט א לאנגע שמועס וועגן דעם ענין פון מציצה בפה, איבערהויפט מיט ר' חיים דוד צוויבל ני"ו
נשלח ב-2/5/2006 00:00
איך בין געווען דערביי, ווען ר' משה מנחם איז געווען ביי רבינו שליט"א.
פינקט דעמאלט איז דער געדרענג געווען ממש סכנת נפשות.
און אזוי ווי איך בין געשטאנען ממש דערביי, האב איך גוט געהערט דעם שמועס.
עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער רבי שליט"א האט געפרעגט ר' משה מנחם, צי ער איז באקאנט וויאזוי דער ויואל משה האט זיך געפירט ווען ער איז געזעצן שבעה ל"ע נאך זיין טאכטער חי' רויזא?
האט ער געזאגט תורה? האט ער געדאווענט מנחה פאר'ן עמוד ערב שבת? איז ער געגאנגען אין מקוה נאכן זמן, שבת קודש. (פאר קבלת שבת).?
אויף די אלע פראגעס, האט ר' משה מנחם געצויגן מיט די פלייצע, און נישט געוואוסט צו ענטפערן. ער האט געשטאמעלט, און צום סוף געזאגט אז ער ווייסט נישט.
אויף דעם האט דער רבי שליט"א געזאגט אז ער האט געהערט פארציילן פון חסידים וואס זאגן אז דער רבי האט געטאן אזוי און אזוי.
וואס די ליובאוויטשער אידן האבן געשלונגען מיט דארשט.
דער עלטסער פון די רובאשין'ס, א איד אין טיפען עלטער, האט זיך אינמיטן אנגערופן, אויף איינע פון די סיפורים: איך האב אמאל געהערט די מעשה, אבער ניט מיט אזא פינקטליכקייט...
נעכטן האט אויך מנחם געווען אדמו"ר מסלונים בני ברק - אדמו"ר מטיסא סאלקא (פיש) - אדמו"ר מסקווירא - ר' משה מנחם וכו'
אויך זענען נעכטן געקומען מקבל מרות זיין די ראשי ופני הקהלה דממלכת סאטמאר פון אויסלאנד
מאנטשעסטער
רבי בעריש ווייס שליט"א ראש הקהל ווי אויך א קוויטל ר' שלום ברוך ראטבארד שליט"א ובנו ר' משה
לאנדאן
ר' עזריאל שעהר שליט"א ר' יעקב עסטרייכער שליט"א ר' משה ארי' פריינד שליט"א ר' שלום יצחק שעהר שליט"א ר' אשר לעוו שליט"א בשליחות אביו רבי ישעי' וואלף לעוו שליט"א ראש הקהל
אנטווערפן
ר' יעקב יוסף לעפקאוויטש שליט"א בשליחות אביו רבי פרץ לעפקאוויטש שליט"א ראש הקהלה
ווי אויך האבן אלע איבערגעגבען א קוויטל.
נשלח ב-1/5/2006 18:58
אין חדשות אנ"ש שרייבן זיי אז קלוידענבערגער רבי פון א"י האט אנגערופן דעם רבי'ן אין זיין ברודער מנחם אבל זיין, און דער בעלזער האט גרופן דעם רבי'ן.