בית פורומים כל העולם כולו

10:00 גענעראל פארזאמלונג אין הופער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/4/2006 02:57 לינק ישיר 
10:00 גענעראל פארזאמלונג אין הופער

היינט נאכט צען אזייגער קומט פאר א גענעראל פארזאמלונג אין הופער. קיינער טאר נישט פעלן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 07:15 לינק ישיר 

דער הויכפונקט פונעם גענעראל פארזאמלונג איז בלי ספק געווען די דראמאטישע עדות'שאפט פון הגה"ח ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, עס איז נישט געווען קיין טרוקן אויג ביים טויזנט קעפיגן ציבור ביים הערן פערזענליך פון דעם מענטש וואס האט עס פערזענליך מיטגעלעבט, און אליין געהערט אזוי קלאר פון רביה"ק זי"ע הכ"מ די ווערטער בנוגע די המשכה (וועלכע זענען אראפגעברענגט במילואן אין א אנדערן אשכול).

טראץ וואס דער גענעראל פארזאמלונג איז געווען דער לעצטער אין די סעריע פון אזוינע אסיפות ביי אנשי שלומינו, בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע, פארט טראגט עס די מערסטע געוויכט צוליב מערערע טעמים, בעיקר צוליב די דאזיגע פייערדיגע און אומצוויידייטיגע דיבורים פון א איד וואס האט געלערנט מיט רביה"ק זי"ע איבער 17 יאר יעדן איינציגן פארטאג'ס, און וועלכער איז געווען כמעט דער איינציגסטער געטרייער מענטש אין שטוב פון רביה"ק זי"ע, וועלכער האט אלע יארן געזוכט מיט אלע כוחות אויסצופירן דעם רצון קדשו פון רביה"ק זי"ע אין אלע ענינים, און ער איז געווען איש סודו אין פילע ענינים וועלכע זענען נוגע געווען אין עניני הנהגת הכלל.

אויך די הארציגע ווערטער פון הגה"צ ר' חיים הערש מייזליש שליט"א האבן שטארק מעורר געווען דעם ציבור, בפרט ווען ער האט ארויסגעברענגט אז ער האט נישט געהאט די זכי' צו זיין ביי די פטירה און נישט ביי די לוי' פון רביה"ק זי"ע. אזוי אויך זיינע ווערטער בנוגע דעם התמנות פון כ"ק רבינו שליט"א, און דער רצון פון זיין הייליגן זיידן זי"ע.

דאס איז געווען די ריכטיגע הכנה צום אויסטערליש געהויבענעם שבת וואס ערווארט אי"ה דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 07:06 לינק ישיר 

עכטע_נייעס:
די גענעראל פארזאמלונג איז 9:30 אין הופפער

נישט ווי געמאלדן 10:00

עכטע_נייעס:

ר' שמאול ווידער האט יעצט געימען די מייק

ס'איז נישט דא קיין פלאץ צו אריין ברענגן נאך א נאדל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 03:29 לינק ישיר 

מ'שמוסט אז ר' הערצקע צוויבל גייט פאר ליינען די צוואה וואס ער האט באקומען כ"ו ניסן תשנ"ו פינקט 10 יאר צוריק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > 10:00 גענעראל פארזאמלונג אין הופער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext