בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווער האט געזאגט 'שכחת דרך הבעש"ט'?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/4/2006 04:26 לינק ישיר 
ווער האט געזאגט 'שכחת דרך הבעש"ט'?

דא האט דער גרינדער פונעם נייעם העכסט געלונגענעם פורום 'שיעור עיון' צוגעברענגט א גוט שטיקל פון איינע פון די פריערדיגע צדיקים וואס האט שוין פאר איבער הונדערט יאר צוריק געשריבן און געוויינט אז עס ווערט ליידער פארגעסן דעם דרך הבעל שם טוב זי"ע. וואס א דור ווייטער זעט מען עס מער און מער באשיינפערליך:

אדמורות גייט פאר די קינדער?????



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 16:00 לינק ישיר 

1. דער שטיקל עבודת יששכר איז באקאנט פארן יעדן איינעם, ס'איז כלל נישט קיין נייעס

2. דער קאפוסטער רבי (הרה"ק ר' יהודה לייב בן הצ"צ מליובאוויטש) אין זיין ספר מגן אבות שרייבט אויך אז דער דרך הבעש"ט איז נשתכח געווארן, און ער האט געהאט אויסצושטיין צרות פון די חסידים פונעם טאטן לאחר פטירתו, אבער קורץ דערנאך איז ער אוועק פון דער וועלט ווייניגער ווי א יאר לאחר פטירת אביו הצ"צ זי"ע.

3. דער הייליגער צאנזער רב בעל דברי חיים זי"ע אמר כמה פעמים אז דרך החסידות איז נאר געווען לשעה און נאכדעם איז עס בטל, ונדפס בחמדה גנוזה.

4. דער הייליגער סאטמארער רב זי"ע אין ויואל משה סוף מאמר שלש שבועות שרייבט אז דרך החסידות נשתכח לגמרי מהדור, ער שרייבט נישט אז עס בטל געווארן, נאר אז די בני הדור קענען עס נישט ווייל עס איז פארגעסן געווארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 16:11 לינק ישיר 

וואס איז טאקע פשט אז דער דרך החסידות איז בטל אדער נשתכח געווארן אין דער צייט ווען מען קען נאך היינט טרעפן אידן אדער חבורות וואס ווייקן און קאכן זיך אין חסידות (אן דעם וואס זיי זאלן געהערן צו א חסידות\פארטיי וואס זאל זיין בנשיאות דעם מנהיג צדיק וקדוש הדורות)?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 16:55 לינק ישיר 

נו, צו פארענטפערן די שאלה קשה, און נאך אנדערע שאלות חמורות, האט רא"מ ג"ב צוזאמענגעשטעלט דעם טייערן ספר "הדור האחרון". מען קען עס קריגן אין אלע ספרים געשעפטן. ס'איז דא דערינען פיהלע שטיקלעך פון חסיד'ישע ספרים, דער שטיקל עבודת יששכר איז בלויז איינער פון מערערע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 21:34 לינק ישיר 

נבוכדנץ

שלום עליך

סאיז איין אלטע פלוגתא

 תנו רבנן כשנכנסו רבותינו לכרם ביבנה אמרו עתידה תורה שתשתכח מישראל שנאמר הנה ימים באים נאם ה' אלהים והשלחתי רעב בארץ לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דברי ה' ...תניא רבי שמעון בן יוחי אומר חס ושלום שתשתכח תורה מישראל שנאמר כי לא תשכח מפי זרעו אלא מה אני מקיים ישוטטו לבקש את דבר ה' אלא מאה אני מקיים ישוטטו וגו', שלא ימצאו הלכה ברורה ומשנה ברורה במקום אחד

מיר האלטן ווי ר' שמעון בן יוחאי אז תורת אמת ווערט נישט נישט נשתכח

דו וסיעתך האלטן ווי די חכמים

אבער שאלה גדולה לי אליך

אויב דו האלסט אז תורה ווערט נשתכח ווערן, איז ווי אזוי קענסטו בויען אויף זיך אז דו פארשטייסט די אויבערשטע גמרא?
אפשר האסטו פארגעסן וויאזוי צו לערנען א שטיקל חז"ל?


די זעלבע זאך איז שווער אויף דיינע אלע חברים וואס גיבן ארויס ספרים צו ברענגען אראיה פון ספרי תלמידי בעש"ט אז זיי האבן פארגעסען דעם דרך ווי אזוי צו לערנען א חסידיש ספר...



 
ומה שהבאת ראיה פון חמדה גנוזה, ער רעט דארט בכלל פון רבי'ס  נישט פון חסידים, דער ד"ח שרייבט אז חסידים איז נישט קיין חילוק גרויס רביס צו קליינע.. ואף על פי כן, אחרי ככלות הכל  האלט ער סטוט אויף א געוואלד,

א שטארקע ראיה לדבריך אז דו ווייסט טאקע נישט וויאזוי אפצולערנען די ווערטער פון היילקן ד"ח

אדרבה.  סקען עס אריין תוקן על ידי - baachi - 27/04/2006 21:46:06



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 22:20 לינק ישיר 

בייטש

עליך השלום

ווילסט מיר "מחדש" זיין ווייזט אויס אז נישט אין דאס צוואנציגסטן יארהונדערט איז געווען מחלוקת בין החכמים נאר נאך יאהרן פריער - מעגליך נאך איידער מען האט אנגעהויבן ציילן די יארן לויט די הונדערטער

ס'איז קיין חידוש

ס'איז נאר א חידוש אויפן א בעל שכל ווי דו אז דו קלערסט אז איך - ואלפים אחרים העומדים בשיטה זו - מיין אז דאס איז די דעה פון רוב חכמי ישראל

כי אתם המעט מכל העמים

איכות מאכט פשוט נישט אויס

אפשר זאלסטו ערנסט קלערן אנצונעמען דעם איסלאם

ס'איז די גרעסטע רעליגיע

(וועסט אבער זיך מוזן טיילן פון אנשי נטורי קרתא)

זיי ווארפן א פחד אויף די וועלט

יעדער מוז צוקומען צו זייערע נעפט-קוועלער

ועוד ועוד מעלות אחרות

אין ערגסטן פאל קען זיין

JEWS FOR ALLAH

קאנסט פארבלייבן א איד אבער דאך אננעמען דעם איסלאם

מיר ווייסן אז מיר זענען די מינאריטעט

אנשי סאטמאר האבן דיר אמאל איינגערעדט אז מיר זענען דער רוב ביי אידן? אנשי סאטמאר האבן אמאל געזאגט אז אנדערע גדולי ישראל האבן נישט געהאלטן אנדערש פון אונזער רבי'ן?

אין בעלז איד דא איין באשעפער און (להבדיל. הוספה שלי נ.) איין רבי

אין סאטמאר (כ'רעד נישט פון די פארטייען מיט וועמען איך האב נישט קיין שייכות - פונקט ווי דו זאגסט "בארדיטשובער" על שם עירו און די האסט מיט די אוקראענישע פויערן קיין פארבינדונג) עקזיסטירט דאס נישט

ס'איז דא נאך דעות

אבער רוב דעות מיינט אבסאלוט גארנישט

זירא

ס'איז דא אמת און שקר

די צאל איז נישט מאסגעבנד

כ'האב נישט יעצט דעם חמדה גנוזה כ'וועל עס שאפן און סקענען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 22:28 לינק ישיר 

רבותי

איך בין גרייט צו צאהלען אפולען בלאט מיט גראבע גרינע גודל'ס
פאר דער וואס וועט מיר דערלייכטן די אויגען וואס פאר א מגע ומשא סהאט נבוכדנצר'ס תשובה מיט מיין שאלה?


מלך בבל
איך מיין אז דיין תשובה איז נאפה אחר הפסח תשס"ה
סאיז זכר ליציאת מצרים
כמו שכתוב בקריעת ים סוף (עיין חת"ס שיוצאים בזה)

"ולא קרב זה אל זה..."




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2006 22:34 לינק ישיר 

ועוד

דו הייבסט נישט אהן משיג צו זיין דעם ענין פון שכחת התורה

מען קען האבן מיליאנען ספרים און ס'זאל נאך אלץ זיין שכחת התורה

שכחת התורה מיינט נישט שכחת ספרים

ספרים בלייבן חיים וקיימים

ויותר מזו

אליבא דידך

ווי קענען די חכמי יבנה זאגן אז די תורה וועט פארגעסן ווערן?

עינינו רוואת אז די תורה איז דא

נאר ביי די וואס פארשטייען לעומק

די תורה הקדושה איז נישט ווי אנדערע ספרי חכמה

ס'איז דא אן עומק

א פנימיות

מען קען ווייטער זעהן בראשית ברא אלקים און נישט פארשטיין דעם עומק הפשט

ניטאמאל וויסן אז עפעס פעהלט

ס'איז נישט ווי א מקור חיים ביכל וואס אראפגעשפרינגען פון ביכל מיינט בלויז דאס און נישט מער

ואילו אליבא דידך וויאזוי לערנסטו אפ די גמרא

מוז דאך זיין אז דו פארשטייסט נישט פשט אין די גמרא

איז דאך שוין א ראיה אויף שכחת התורה

ועוד יש לומר

די תורה ווערט איבערגעבן מרב לתלמיד

אלע מיליאנען ספרים פון דעפ מרן און יענעם אדמור פיהלן נישט אהן דעם חלל

וועט א גדול בתורה גייט אוועק

שטייט הוי מי יתן לנו תמורתו

אבער אליבא דידך

איז דאך א ספרים

וואס מאכט אויס צי ער איז יא דא אדער נישט דא

אבער א חכם לב פארשטייט

נישט אויף די געשריבענע ספרים שטייט שכחת התורה

פארקערט

עשות ספרים הרבה אין קץ

און מיט דעם אלעם שכחת התורה

מיר האבן נישט קיין לייבן

מיר האבן נישט קיין רשב"א קיין חתם סופר

הם הלכו למנוחות ואותנו הלכו לאנחות

אפשר יעצט וועסטו פארשטיין די שטיקל גמרא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 02:49 לינק ישיר 

נבודכ טאמער דיין שיטה איז אז מען קען עס נישט פארשטיין ווייל עס איז צו גרויס און טיף האסטו עס בהכרח קליין געמאכט. ודו"ק. אמת אז חסידות איז היינט אויף אן אנדער סטייל ווי אמאהל, אבער דאס מיינט נישט אז די היינטיגע מהלך איז אנגעפרענגט. דער צאנזער רב אליין זאגט דארט אז עס דארף איבערגיין צו קינדער ווייל טאקע קיינער איז נישט ראוי, ממילא גייט עס צו די קינדער. ווייל פארוואס צו א צווייטען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2006 17:52 לינק ישיר 

נבוכדנצר

איך מיין אז איך קען אויף דיר זאגן לפום חורפיה שבשתא

איך האב מיך געמוטשעט צו פארשטיין וואס דו שרייבסט, דיינע נקודות זענען געשריבן אביסל דברים מעורבבין,

אבער איך מיין אז דו שרייבסט
 
1) אז שכחת התורה איז נישט שכחת ספרים נאר אז סנישטא קיין הבנה
2) שכחת התורה אז סנישטא קיין רשב"א און חתם סופר


לערן במטותא אדורך די גמרא שבת קל"ח

דאמר רב עתידה תורה שתשתכח מישראל ...
...אמרו עתידה אשה שתטול ככר של תרומה ותחזור בבתי כנסיות ובבתי מדרשות לידע אם טמאה היא ואם טהורה היא ואין מבין אם טהורה היא ואם טמאה היא בהדיא כתיב ביה מכל האוכל אשר יאכל

- פירש"י -
בהדיא כתיב - ותורה שבכתב הרי כתובה ומונחת, יקראו ויראו:

... אלא לידע אם ראשונה היא ואם שניה היא ואין מבין הא נמי מתניתין היא כדתנן השרץ שנמצא בתנור הפת שבתוכו שניה שהתנור תחילה מסתפקא להו הא דאמר ליה רב אדא בר אהבה לרבא ליחזייה האי תנורא כמאן דמלי טומאה ותיהוי פת ראשונה אמר ליה לא אמרינן ליחזייה האי תנורא כמאן דמלי טומאה דתניא יכול יהו כל הכלים מיטמאין באויר כלי חרס תלמוד לומר כל אשר בתוכו יטמא מכל האכל אשר יאכל אוכלין מטמאין באויר כלי חרס ואין כלים מטמאין באויר כלי חרס

משמע אז אפילו לויט די חכמים אדער רב וואס זאגט אז עתידה תורה שתשתכח, וועט נישט פארגעסן וואס סשטייט בפירוש געשריבן און די תורה אדער אין די ספרים, אדער הבנת הנקרא, נאר אזאך וואס סשטייט נישט.. און סדארף אמבין דבר מתוך דבר, און זעהט אויס דוקא אין טומאה וטהרה

און אפילו אויף דעהם קריגט אויך ר' שמעון און זאגט ח"ו שתשתכח תורה מישראל נאר שלא ימצאו הלכה ברורה ומשנה ברורה במקום אחד. פירש"י
הלכה ברורה - בטעמים שלא יהא בה מחלוקת:

קיינער רעדט נישט דארטן פון אז מוועט פארגעסן דעם "עומק הפשט" און דיינע אנדערע חידושים


מיילא איז דיין גאנצע נשתכח תורת הבעש"ט מופרך לגמרי.

אחוץ אז דו האלסט אז סאיז נישט קיין תורת אמת (רח"ל מהאי דעתא)


דיין #2 אז סנישטא קיין רשב"א און חתם סופר

במטותא ממך דו מישט אויס שכחת התורה מיט ירידת הדורות

ירידת הדורות מיינט ווי די גמרא זאגט און ברכות

אמר ליה רב פפא לאביי מאי שנא ראשונים דאתרחיש להו ניסא ומאי שנא אנן דלא מתרחיש לן ניסא אי משום תנויי בשני דרב יהודה כולי תנויי בנזיקין הוה ואנן קא מתנינן שיתא סדרי וכי הוה מטי רב יהודה בעוקצין האשה שכובשת ירק בקדרה ואמרי לה זיתים שכבשן בטרפיהן טהורים אמר הויות דרב ושמואל קא חזינא הכא ואנן קא מתנינן בעוקצין תליסר מתיבתא ואילו רב יהודה כי הוה שליף חד מסאניה אתי מטרא ואנן קא מצערינן נפשין ומצוח קא צוחינן ולית דמשגח בן אמר ליה קמאי הוו קא מסרי נפשייהו אקדושת השם אנן לא מסרינן נפשין אקדושת השם

ירידת הדורות האבן זיי אויך געוואסט, אי אפשר לאחרונים להיות כראשונים וכהנה וכהנה רבות
זיי האבן דאס נישט אריין געטייטש און פסוק, נאר אנדערע פשטים כנ"ל

ביזטו מחולק איף חז"ל און דו לערנסט פשט אז שתשתכח מיינט ירידת הדורות?

און דאס דארף איך קויפן, אז נישט בין איך

JEWS FOR ALLAH 

לא זכיתי להבין דבריך

לסיכום: מיר פסקענען ווי ר' שמעון בר יוחאי אז ח"ו שתשתכח תורה מישראל

אז דו האסט פארגעסן, גיי לערן. קאמאנדעווע נישט אז יעדער האט פארגעסן 

נ"ב דיין ערשטע דרשה פון סאטמאר איז מעט הכמות ורב האיכות, זעהט אויס צו זיין א קאזין מיט דיין "קוזק הנגזל" דרשה

ביידע געשפראצט
 אויפן זעלבן קלאץ

א גוטן שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווער האט געזאגט 'שכחת דרך הבעש"ט'?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext