"הוא ולא אחר" - נאר ר' אהרן זאל ממלא מקומי זיין
ביים גענעראל פארזאמלונג אין ביהמ"ד אין וויליאמסבורג האט מען צום ערשטן מאל געהערט די פערזענליכע עדות'שאפט פון הגה"ח ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א וואס רביה"ק זי"ע הכ"מ האט אים געזאגט:
"ס'איז א דבר פשוט מאד, איך האב שוין מגלה דעת געווען כמה פעמים פאר אסאך אירע, פאר די ראשי הקהלה, אז מיין זוהן ר' אהרן זאל זיין ממלא מקומי, הוא ולא אחר, אין אלע מוסדות סאטמאר בכל קצבי תבל !!! ס'איז א דבר פשוט מאד" !!!
ספעציעל האט ער דערציילט די מעשה וואס איז פארגעקומען פונקט צען יאר צוריק [ד' תזריע מצורע תשנ"ו !], ער האט דערציילט אז ער האט געפרעגט דעם רבי'ן, "און גארנישט פאר די אנדערע קינדער ?", האט דער רבי געפרעגט "וועלכע קינדער?", זאגט ער "ר' זלמן לייב". פרעגט אים דער רבי "עס איז דא אפילו א הוא אמינא?!", האט ער געזאגט אז יא, ווען רבינו שליט"א איז געווארן רב אין קרית יואל איז געווען א הוא אמינא צו נעמען רז"ל, האט זיך דער רבי אנגערופן:
איך קען מיינע קינדער, און איך זאג דיר, "ער", און נאר "ער", איז ראוי לאותו איצטלא. "הוא ולא אחר" !!!
דאן האט דער רבי זי"ע ווייטער נאכגעזאגט דאס באקאנטע ווארט פון שינאווער רב זי"ע אויף "הוא אשר דבר לעם סגולתו, שמור לקדשו מבואו ועד צאתו", און אויסגעפירט אויף כ"ק רבינו שליט"א, "איך קען איהם נאך פון אלס קינד, ער האט זיך מקדש געווען בעשר קדושות, ער איז א איש אמת, ער וועט נישט משנה זיין בדיבורו פאר כל חללי דעלמא", ביי אונז אין סיגוט און אין צאנז, האט א איש אמת געמיינט אלעס.".
ער האט נאך צוגעלייגט אז ביים טיר האט ער געטראפן רז"ל, און רז"ל האט אים געפרעגט וואס ער האט גערעדט מיטן רבי'ן זי"ע, פארשטייט זיך אז ער האט זיך ארויסגעדרייט, האט אים רז"ל געפרעגט, "ער האט גערעדט וועגן די רבנות, אז נאר ר' אהרן זאל איבערנעמען ?!", האט ער געענטפערט אז יא, זאגט אים רז"ל "ס'איז מיר נישט קיין נייעס, ער האט עס מיר אויך געזאגט. ער האט אונז אלע קינדער צוזאמגערופן ווען ער איז געווען אין שפיטאל, און ער האט אונז געזאגט אז "נאר ער זאל זיין, ער און נישט קיין צווייטער".
אויך האט ער דערציילט וואס רביה"ק זי"ע הכ"מ האט אים דאן געזאגט, "דאס איז געווען מיין דעת אלע יארן, קיינער וועט נישט בייפאלן עפעס אנדערש, עס איז א דבר פשוט, יעדער ווייסט איך האב מגלה געווען דעתי להלכה, ווען עס איז געווען נוגע להלכה, אז נאך די 80 יאר קען מען נישט טוישן קיין מיינונג".
[איך האב פארבעסערט צו די אקוראטע ווערטער וויאזוי הגה"ח ר' נפתלי הירצקא האט זיי איבערגעגעבן פארן ציבור].
תוקן על ידי - כל_העולם - 28/04/2006 2:37:45
 |
|
|