בית פורומים כל העולם כולו

זאליס צוואה אויפגעוויזן פאלש. און FRAUD

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/4/2006 23:13 לינק ישיר 
זאליס צוואה אויפגעוויזן פאלש. און FRAUD

איך האב דעם טעיפ ווי זשינא קאהנא (פון בודאפעסט) וד"ל

זאגט ביי זאליס הכתרה אז דער רבי זצ"ל האט אויפגענומען זאלי'ס אום כ אדר תשס"ב.
די עדות שרייבן אונטער אז זיי האבן געזען דעם רבי'ן אינטערשרייבן ב' אדר תשס"ב.

וואס טוט זיך דא?

די פאלשע צואה פון זאלי זאגט בלויז:
פה בוויליאמסבורג.

און דער קריופל איז סאטמארער רבי?





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2006 03:05 לינק ישיר 

אלע מיזען מודה זיין אז דער COMPUTER ארבייטער האט געמאכט איין גיטער דזאב עס איז נישט דא אפילו קיין איין TYPO גרייז,והיה שכרו שלימה אויף די FANCY צוואה דזאב!!!! איך בין זיכער אז בן פראדעל וועט דעם שרייבער ערלעך באצאלען פאר דעם דזאב ........ באשר דאס איז דאך כולי עלמא מודה עז די רבי האט נישט געטייפט די בריף יעצט איז די שאלה אויף די אינטערשריפט.... נאךדעם וואס מעשטעלט פעסט צי די שיינע אינטערשריפט איז פאלטש צי נישט.... דארף מען גיין צים צוויטען שטאפעל:. מיר וויסען אז אין יוד איז די רבי געוועהן זייער ACTIVE לויט די בריפען וואס בן פראדעל האט אריינגעלייגטאין יוד בשמו יעדען מאנטיג אין דאנערשטיק איז די רבי גוועהן זייער א גלאנגענער שרייבער וואס עס איז שווער אפילו ביי געזינטע יונגע שרייבער צי טרעפען אזעלעכע גיטע שרייבער במילא: עס וואלט געוועהן ויכטיג צי זיכען א PATTERN!!!! 1)דהיינו בי דינא דמלכותא קיקט מען נאך צי דער מענטש איז טאקע געוועהן אזא א גרויסער אין אזא א גלאנגענער שרייבער אנע טעותים בכלל אין צי ער האט געהאט בכלל א חלק אין אפילו איין ONCE טינט ארויפגעלליגט אויף די אלע כרוזים אין לשנה טובה ווינטשען בשמו (באשר ביי די הכתרה דרשה וואס איז געוועהן פיל פאר די צייט פין די צוואה האט ייעדער געקענט זעהן אז אפילו ווען משה האט עם וואכען אנגעגרייט האט ער נישט געזאגט וואס זיין פייניגער בן פראדעל האט עם באפוילען ביז האלפערט האט אריינגעזאגט אין אויער אז היינט איז די הכתרהאין געזאגט פארן רבין ער זאל זיך דערמאנען פארוואס ער איז געקימען אין ביהמד אין טהון בן פראדעלס באפעל אין ליינען די הכתרה צעטעל וואס בן פראדעל האט עם אריינגעלייגט אין ביזעם טאש אוויך האט עם האלפערט באפוילען ער זאל ליינען די הכתרה בריף נאר איינמאל וויל אויב ער וועט עס ליינען 5 מאל וויא די "ערשטע חלק פין דרשה" וועט די גאנצע הכתרה זיין א חוכא וטלולה) 2)אויך דארף מען זען צי די רבי האט בכלל אינטערגעשריבען אויף די אלע כרוזים אין בריפען וואס מהאט געפרינט אין יוד געדריקט בשמו " מיט דעם רבינס אינטערשריפט אינטערגעשריבען" אבער זענען די אלע אינטערשריפטען אין יוד וויא לשנה טובה ווינטשען אין בריפען פאר קאמפעינס וכדומה לכל מאן דבעי ,געוועהן אינטערגעשריבען בבחינת ידו כידי........דורעך בן פראדלעס יוד טייפסעטער? באשר וויא עס איז מיסתבר אז די רבי האט נישט אינטערגעשריבען אפילו קיין איינע פין די פיל בריווען וואס בן פראדעל האט געדריקט אין יוד (מיר וואלטען זיל זייער געפרייטט ווען בן פראדעל וועט אינז וויזען די "אריגינאל" פין די פיל בריווען מיט דעם רבינס אינטערשריפטען וואס משה האט זיי אזוי ברייט געדריקט אין יוד) אין אויב די אלע בריווען וואס זענען איטערגעשריבען בשמו אין געדריקט אין יוד מיט די אינטערשריפטען זענען פאלטש אין סאיז א CUT AND PASTE דעמאלס זעט מען בחוש אז זיי האבען מאנעפעלירט מיט דעם אלטען שוואכען נישט געזינטען צדיק ל"ע וויא עס האט זיך זיי געלוינט אין אפילו אויב COMPUTER געדריקטער צוואה דזאב אפילו אויב די אינטערשריפט איז אמת>וויסען אלע אין אויך לפי דעת כל הדאקטוירים ודעת STUATRT DRUG STORE אז די רבי איז ליידער נישט געוועהן שולט בכלל אויף וואס ער שרייבט אינטער דערפאר איז מיסתבר אז אויב די אינטערשריפט איז אמת, האט בן פראדעל ווארשיינדלעך געזאגט פארן רבין אז ער זאל אינטערשרייבען אויך א היכשר פין היתאחדות הרבנות כשר לפיסח ציקער... אין אזוי האט משה ארויסדערווישט דעם אינדער שריפט..... אבער איז די אינערשריפט אויך בבחינת ידו כידי.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2006 02:41 לינק ישיר 

אזוי ווי קיינער סקענט נישט אריין דער צוואה פון איד בין איך אריינגעגאנגען און די שונאי סאטמאר פורום און דארט געזיכט אבער יעצט האט עס דארט איינער אריינגעסקענט אבער נאר זייער קליין נישט צו ליינען

אויך האט איינער דארט אריינגעסקענט די מכלומרשטע האנט געשריבענע צעטל וואס דער רבי האט זיך פארגעברייט צו זאגן זיין א' חי' שרה דרשה
דער צעטל קוקט אויס ווי אן אלטע איד האט עס גשריבן ווייל עס איז זייער ציטערדיג געשריבן (ווער עס וויל קען גיין קוקן) יעצט יענס איז געווען חשון תש"ס און לאמיר זאגן זאגן אז עז איז נישט פאלש ווייל עס איז ציטערדיג
דעלמאט פארוואס איז די צוואה וואס איז כלומפרשט געשריבן געווארן אדר ס"ב שיין קלאר ווי אויך פאלט אוועק אלע אנדערע בריוון ווי ס"ד פאר די גרויסע חתונה

וועלכע איז גערעכט?

ליידער טוט זיך שוין די לעצטע זיבן (גיי ווייס וויפיל רח"ל) יאר א CUT & PASTE בבית רבינו מיט בריוון אויף בריוון ווען דער רבי זי"ע האט שוין ליידער נישט געקענט שרייבן געהעריג פאר א לאנגע צייט בעוה"ר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2006 02:18 לינק ישיר 

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2006 02:16 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 22:06 לינק ישיר 

קען איינער פליז עס אריינפעקסען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 18:44 לינק ישיר 

allways

A1 אגב די ביידע אדר'ס האב איך אויך באמערקט אז ס'איז די זעלבע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 17:58 לינק ישיר 

alllways:

איינער זאל ביטע אריינסקענען די צוואה, אז מען זאל זען במה דברים אמורים.


*:NAMESPACE PREFIX = O /> 


אזוי ווי איך זע אז קיינער האט זיך נישט גענומען די מי צו אנאליזירן די אנגעבליכע צוואה, וועל איך שרייבן די פונקטן וואס איך האב געזען דערין. און זאל יעדער צולייגן פאקטן און פונקטן אדער פאררעכטן און פארבעסערן.


דאס אז דער צוואה און די עדים זענען דורכאויס פאלש אדער פשוט א געצוואונגענע חתימה וכדומה איז נישט אויסגעשלאסן אבער מיר וועלן פרובירן זיך באציען אויף די מעגליכקייטן אפילו זיי זענען יא טיילווייז ריכטיג, אבער מען זאל אויפווייזן (אפילו עס איז זעלבסטפארשטענדליך) אז די אנגעבליכע צוואה איז אומצוויידייטיג ווייט פון גלאטיג און עס רעדט זיך נישט פון קיין אומשולדיגע צוואה וואס דער רבי ז"ל האט געשריבן בדעתו צלולה ומרצונו הטוב.


 


1)   ערשטנס איז די גאנצע צוואה היבש פארדעכטיגט, ווייל וועלכע צוואה אין היסטאריע האט איר געזען וואס עס רעדט נאר פון איין איינציגן ענין.


מען קען אפשר פארשטיין אז א צוואה זאל זיין געבויעט אויף א הויפט ענין, אבער דאס אז עס זאל זיך נאר אנהויבן מיט איין זאך און זיך באציען די גאנצע צייט און אויך ענדיגן מיט די זעלבע זאך, איז היבש פארדעכטיגט. ווען ער זאל ווען כאטש שרייבן "עפעס " אויסערדעם, עפעס אן אנווייזונג פאר די קינדער און אייניקלעך, עפעס תורהדיג'ס אריינווארפן, אבער עפעס...


נאך אלעם איז דאס דער איינציגער בריוו (וואס איך ווייס) ווי ער שרייבט ארויס וואס מען זאל טון "לאחר אריכת ימי", וואס דארף צו זיין זייער ערנסטע מאמענטן, ווען מען טראכט פון גאר ערנסט זאכן, צי האט ער טאקע אויסערדעם ממש גארנישט געהאט וואס צוצולייגן פאר אלע זיינע קינדער און אייניקלעך, חסידים און חסידות??? איי דאנט טינק סאו.


2) בכלל דער אנהויב איז זייער אינטערעסאנט. ווייל ווען איינער זעצט זיך אראפ שרייבן א צוואה, דארף מען לכאורה טראכטן וואס מען וויל באפעלן די קינדער, הייבט מען אן צו שרייבן איבער ענינים און מען פארט מענין לענין. אבער ווער הייבט גלייך אן מיט די ווערטער "בדבר אשר....." ווי גלייך ער זאל זיך יאגן צוצוגיין גלייך צום ענין און בכלל נישט אפטרעטן דערפון עד הסוף. ער וואלט געדארפט עט ליסט אנהויבן ווי למשל "הנני רוצה בזה" וכדומה, וויאזוי א מענטש הייבט געווענליך אן צו רעדן פון אן ענין.


עס זעט זיך קלאר ארויס פאר יעדן בר דעת, אז עפעס איז נישט אזוי גלאטיג און עס איז נישט אזא אומשולדיגע צוואה וואס א איד האט זיך פארגעשריבן אויף די עלטערע יארן. אנשטאט ווי געווענליך ווען דער מענשט מאכט זיך א חשבון "לאמיך שרייבן א צוואה", קוקט דאס אויס ווי עס איז געווען קאפויער, איינמאל האט ער פונקט געטראכט "ר' זלמן איז דאך געשטעלט אויף וויליאמסבורג, אה, לאמיך טאקע שוין שרייבן די צוואה"...


 


לאמיר שוין זאגן אז יא, דא אין דעם בריוו האט דער רבי טאקע פשוט געוואלט קלאר מאכן די איינע ערנסטע ענין פון "ממלא מקום" זיין, שווימט אויף גאר הארבע פראגעס.


1) אויב וויל ער זיך דא באציען צו די טעמע פון ממלא מקום, פארוואס שרייבט ער נישט ארויס געהעריג "ברחל בתך הקטנה"? אויב וויל ער שרייבן א צוואה איבער דעם קומענדיגן "ממלא מקומו" מיינט דאך דאס אז ער אנערקענט די וויכטיגקייט פון אויסקלארן אזא האקעלן ענין און צוליב דעם וויל ער שרייבן זיין ווילן פארן ציבור, נו אויב אזוי פארוואס זאגט ער עס נישט קלאר ארויס, פארוואס איז דאס פארנעפלטערהייט אריינגעוויקלט צווישן די שורות, און ער זאגט עס ווי איינער זאל ווען סתם איבערקייען די פריערדיגע ווערטער פון דאס וויליאמסבורג חלק, פארוואס איז דאס ווי אריינגע'גנב'עט. איך מיין אז דער "ימלא מקומי בלי שום גרעון כלל" אויב זאל ער מיינען דערמיט טאקע דאס וואס זיי ווילן אריינקוועטשן דערין, וואלט ער דאס געשריבן אין קלארע ווערטער אין א באזונדערע פאראגראף ווי עס קומט פאר אזא קאנטראווערסיעלע טעמע, נישט ביי די ענדע פונעם פאראגראף נאכדעם פינף ווערטער פאר דעם האט ער ארויסגעשריבן אז ער רעדט פון "פה וויליאמסבורג"??? פארוואס זאל ער האבן געלאזט פאלן בלויז זיבן קארגע ווערטער פאר אזא האקעלן ענין?


2) אויב זאל מען זאגן אז דער "ימלא מקומי" גייט ארויף אויף דאס גאנצע רביסטעווע איבעראל, און ער האט אים געוואלט געבן פולשטענדיגע "ממלא מקום", טראכט איר דען נישט אז ער וואלט געפילט פאר נויטיג צוצולייגן עפעס ווערטער דאס צו קלאר איינמעלדן, ווי למשל זאל ער כאטשיג שרייבן "די בכל אתר ואתר", וכדומה? זענט איר דען מסופק דערין פאר איין סעקונדע? פארוואס זאל דען איינער טראכטן אז פונקט מיט די זיבן ווערטער באציעט ער זיך צו דאס עצם ממלא מקום זיין אין די זעלבע צייט וואס ער רעדט אינעם גאנצן בריוו - אריינגערעכנט זיבן ווערטער בעפאר – און האלט אין איין דרוקן די ווערטער פון "פה וויליאמסבורג" און "מוסדות הנ"ל"?


 


5) און די אלע קשיות ווערן פילפאכיג שטייפער ווען מען באטראכט אז מען רעדט דא כלומרשט פון איבערהיפן בנו הגדול, בנו חביבו ויקירו , דעם וועם דער רבי ז"ל האט דאס גאנצע לעבן מכתיר געווען אויף וואס אימער עס זאל נאר זיין, דעם וועמען "יעדער" האט פונקטליך געוואוסט וועם דער רבי האט ליב , און ווער עס האט ליב דעם רבין, יעדער ווייסט ווער עס איז אלע יארן געווען דער ציל פון די אלע פיילן פון די שונאים פון סאטמאר, וואס דאס מיינט אויטאמאטיש דער פאן טרעגער פון סאטמאר, און ווער האט זיך געשלאגן און געליטן זייענדיג דער אפיציעלר סאטמארער פארטרעטער, און עס איז נאריש דאס צו דארפן אויפווייזן.


ממילא ווערט די קשיא פלאמעדיג און בריענדיג: אויב האט דער רבי טאקע געשריבן (ליין: געטייפט) די אנגעגגעבענע צוואה, און טאקע בדעתו צלולה (ווי די עדות זאגן), האט ער דאך פארשטאנען וואס ער גייט דא אפטון, ער גייט דא באפעלן צו איבערהיפן דעם עלטערן זון, דעם וועלט בארימטן ת"ח און מנהיג, און דאס פשוט און פראסט איבערגעבן פאר דעם יונגערן אומבאקאנטן און אומערפארענער מגיד שיעור, וואלט ער דען דאס נישט קלאר ארויסגעשריבן? וואלט נישט געשטאנען עפעס קלארע ווערטער פון ווער ווען וואס וואו?


אויב האט ער געפלאנט צו טון אזא אקט פון געבן זיין הויכגעשעצטן טראן פאר דעם יונגערן אנשטאט דעם עלטערן, האט ער דאס געדארפט ארויסשרייבן במלוא מובן המלה, ער האט דאך 'פארשטאנען' וואסערע כאאס דאס גייט ברענגען? עס וואלט געדארפט ארויסשטיין דער נאמען "ר' אהרן" אז "נישט" ער זאל איבערנעעמען ווי יעדער וואלט געמיינט, נאר "זלמן",. עס איז נישט ווי ער וואלט אים דא געוואלט פארשוינען און נישט ארויסשרייבן זיין נאמען, ווייל אויסער דעם וואס נאכן אוועקנעמען ממלא מקום'שאפט וואלט נישט געבאדערט דער נאמען, איז דאך פשוט אז ער וואלט געדאפט פארשטיין אז מען וועט נישט האבן קיין אהנונג וואס ער וויל פאר וועמען, און צי ער גיט "אויך" פאר ר' זלמען , אדער "נאר" פאר ר' זלמען , און פאר ר' אהרן גארנישט, און ער דארף דאס פשוט זאגן? און וואס טוט זיך ערגעץ אנדערש, ק"י, מאנסי, וכו', האט (וואלט) ער טאקע געמיינט אז מיט די זיבן ווערטער וועט יעדער אלעס פארשטיין און עס וועט זיך אריבערגליטשן צו זלמנע'ן אין קעשענע? אויב האט ער דאס געוואלט האט ער דאך אוודאי אויך געוואלט אז מען זאל זיך נישט קענען ארומקריגן, ער האט דאך געוואלט אז זיין רצון זאל ערפולט ווערן, איז דען דא א צל ספק אז ער וואלט די זאך אויסגעשמועסט און ער וואלט דאך געשריבן כדרכו קלאר וואס ער האט צו זאגן?


 


6) האט איר געזען מאיר שטערנ'ס אונטערשריפט, זייט ווען ציטערט אזוי די האנט פאר אן עדות ווען מען חתמענט אויף א שטר? ממש אזוי דערשראקן איז ער געווארן ווען ער האט געהערט פון רבין אזא צוואה, כלשונו? (זעט אויס אז ער האט נאך קיינמאל בעפאר געהאט געזען די שאקירנדע גייסטישע צוואנגס מיטלען אויפן רבן של ישראל...) און דער מ. ד. ווידער זעט אויס אז ער איז נישט אזוי דערשראקן געווארן, פארוואס ווייס איך נישט. קען זיין אז ער איז שוין היבש צוגעוואוינט צו די סארט מעשיות...  אדער פייניגונגען וואס דער רבי פלעגט רעגלמעסיג דורכגיין... (ו'שאול פערלשטיין טיילווייז יוכיח). שנית קען זיין די סבה פון דאס ציטערן. ווייל איך וואלט אויך געציטערט אונטערצושרייבן א צעטל וואס איך ווייס אז עס איז א סתירה צו טויזנטער פאקטן און עדות, און אויב וועט ער דארפן אויפטרעטן פאר א בי"ד וואו ער וועט פונקטליך אויסגעפרעגט ווערן, וועט דאס נישט זיין אזוי גליטשיג.


 


7)אויך וויל איך וויסן פון וואנעט די עדים ווייסן אזוי פונקטליך אז דער רבי איז דאן געווען בדעתו צלולה. צי האבן זיי דאס אויספרובירט (ווי פערלשטיין), אויב יא איז אינטערעסאנט צו וויסן די גענויע מעטאדן, וואו האבן זיי געקוועטשט. וויפיל אזייגער אין די נאכט אריין איז דאן געווען? צי האבן זיי אויך געפרעגט די משתמשים בקודש וועלכע מעדיצין און פילן דער רבי האט יענעם טאג גענומען? עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו קוקן אויב מעגליך אין די מעדיצינישע רעקארדס פון יענעם טאג כ' אדר, וואס ער האט אלץ איינגענומען (סטוארט וועט אפשר צוהעלפן), און מען וועט פרעגן דאקטוירים און דיינים צי דאס קען ווערן אנגערופן "דעתו צלולה"... אויך איז גאנץ אינטערעסאנט וואסערע עדים דער רבי האט זיך פונקט אויסגעקליבן פאר זיין אלטימאטישע צוואה, פונקט ביי די העכסט ערנסטע און געהיימע שטר וואס דער מענטש חתמנט אין זיין לעבן, האט ער זיך דאן פארליבט אין דעם שטערן און ווידער? מסתמא האט ער פשוט פונקט נישט געטראפן ר' שמואל הכהן פריעדמאן אדער די אנדערע ערנסטע באזעסענע טראסטבארע ערליכערע מענטשן. (די עדים זאלן נישט מיינען אז דער עולם וווייסט נאך אלץ נישט וואס דעם רבינ'ס מצב איז טיילמאל געווען און ווי מען קען אלץ דרייען מיט אזא גייסטיש אומבאהאלפענעם מענטש. וכל מעשיכם בספר נכתבים ואתם עתידים ליתן דין וחשבון.)


(איך וויל סתם אנמערקן וואס איך האב באמערקט. די אותיות פון "כ' אדר" ביים רבינ'ס חתימה איז פונקט ווי ביי די "כ' אדר" ביי די עדימ'ס חתימה. (בעיקר די כ' ד' ר')


9) אויך איז א מוראדיגע וואונדער וואס יעדער דארף זיך פרעגן, וואו איז דער אריגינעלער כתב? וואו איז דער כתב קדשו? ער האט נאך געשריבן בריוו אויך נאך יענעם דאטום, פונקט ביי די צוואה האט ער זיך געלאזט צום בעל ה'גראפיקס זאל אים אפטייפן רצון קדשו? אויב האט זיך דער רבי פארגעשריבן, וואלטן ענק דאך דאס 100 פראצענט ארויסגעגעבן, ? נאר אלא מאי איז פשט אז דער רבי האט פארגעזאגט אות באות און איר האט געטייפט, אה, ביסטו טאקע זיכער אז דו האסט קלאר געהערט יעדעס איינציגע ווארט? אפשר ביי איין שורה איז געווען שוואכע סערוויס? געלעכטער אין א זייט, אויב האט ער דאס געזאגט און מען האט דאס געטייפט, 10) פאר וועם האט ער דאס פארגעזאגט און יענער האט געטייפט? פאר די צוויי עדים זיכער נישט, ווייל זיי האט דאך דער רבי אנגעבליך גערופן און תיכף געפאדערט זייער חתימה, און זיי האבן גארנשט דערמאנט אז מען דארף ווארטן אויף דעם טייפיסט צו אנקומען. נאר מוז דאך זיין אז דער רבי האט געהאט א סודותפולן טייפער , נו ווער? פארוואס טרעט יענער נישט אויף? וואס באהאלט ער זיך? זאל זיין דריי עדים?


 


קום איך צום אויספיר וואס דא האט מעגליך געקענט פארקומען לפי קוצר שכלי.


דאס איז זיכער אז דער לשון פון די צוואה איז מוראדיג אויסגעארבעט על פי הלכה. דער שרייבער האט זיכער געמאכט אז עס זאל האבן דעם שטערקסטן כוח וואס נאר מעגליך לויט די הלכה. אפילו דער נישט-לערנער קען דאס באמערקן פון די פילע לשונות של קנין ומסירה. דעריבער דאס איז 1000 פראצענט אז "איינער" האט דאס גוט אויסגעארבעט (נישט מר. פר"מ) אז ווען מען וועט דאס אפירנעמען לאחר מאה ועשרים שנה זאל דאס זיין ביים דין תורה גילטיג לויט אלע פרטים און דקדוקים, . אבער אין די זעלבע צייט האט מען אויסגעארבעט א וועג אז דער רבי ז"ל זאל זיך נישט אנקלאפן דערין ווען ער וועט דאס ליינען, און דעריבער שטייט דאס אזוי פארוויקלט, גלייך נאך דעם "פה וויליאמסבורג", און יעדער וואס ליינט דאס פארשטייט גלייך אז דער ישב על כסאי גייט קלאר ארויף אויף וויליאמסבורג און נאר אויף וויליאמסבורג, אבער ווען מען שטיקלט ארויס נאר דעם זאץ, ווי בית דין האט געטון, ברענגט מען נאר דעם זאץ און עס איז דא א פארטיגע צוואה. לויט מיין שאצונג , אויב האט דער רבי טאקע געליינט און אונטערגעשריבן דעם בריוו, האט ער זיך זיכער אפגעשטעלט דא און מען האט זיך געדארפט שלאגן דערויף און "מסביר זיין" אז דאס גייט ארויף פשוט אויף וומסב"ג אז ער זאל 'דא' בלייבן העלפן. (און לויט דעם וואלט איך מיך ערלויבט צו זאגן אז מעגליך שטייט עטליכע מאל דאס ווארט "וויליאמסבורג" במשך דעם בריוו ווייל דער רבי האט דאס פארלאנגט, זעענדיג אז ער ווערט פארכאפט אין א פאסטקע פון זיינע באצווינגער, און ער האט נעבעך געהייסן צולייגן די עטליכע מאל "וויליאמסבורג" און "מוסדות הנ"ל", ווייל ווען נישט פארשטייט איר אז זיי וואלטן געקענט באשטיין ארויסצולאזן דעם "וויליאמסבורג" טייל ווי מער...)


דאס איז געווען רעאליסטיש שיין גערעדט. עס איז לייכט לייכט מעגליך אז עס איז פשוט צוגעלייגט געווארן דער זאץ. איך זע נישט ווער עס זאל האבן געקענט צוריקהאלטן דעם טייפער פונעם בריוו דאס צוצולייגן נאכ'ן ווייזן דעם רבין, דאכט זיך עס פעלט נישט אויס קיין פראפעסיאנאלע ארבעט... ווידער די עדות קענען נאך אלץ האבן געזאגט דעם אמת, ווייל דער רבי האט דאס טאקע דורכגעליינט, נאר מען האט אויך נאכדעם צוגעלייגט דערצו 'וואס עס האט אויסגעפעלט', און דאס האבן זיי קיינמאל נישט געזאגט אז נישט... (קען זיין גאר אז דער רבי האט טאקע געהייסן צולייגן נאך זאכן וואס האט זיי זייער נישט געשמעקט און זיי האבן יענע שטיקלעך אראפגענומען... און קען זיין אז פאר דעם גיבן זיי די געטייפטע צעטל כדי מ'זאל נישט קענען אויפווייזן אז געשטיקלט... און דאס האבן די עדות זיכער נישט געזאגט אז "נאר" דאס האט דער רבי דאן געליינט. דאס איז פארשטייט זיך נאר מעגליכקייטן און השערות). איך קען אויך זאגן אז די עדים זענען פשוט'ע "פאלנע שקרנים" אזוי ווי זיי שרייען אויף הרב הירצקא צוויבל, וועלכער איז טויזנט מאל מער באגלייבט ווי זיי, בצירוף וואס ער האט דעטאלן וואס לאזט זיך נישט לייקענען, ווי דאס אז ער האט געטראפן ר' זלמן וועג ארויס ואכמ"ל, אבער איך רעד דא ארום אפילו מען זאל יא גלייבן די אלע ליגנטס.


 


טייערע שונאים: וועלכע קינדערלעך פרובירט איר דא איינצורעדן? וועמען ווילט איר דא משוגע מאכן? ווער ווייסט דען נאכנישט היינט צוטאגס וואס דא טוט זיך? נאך טויזנט אזעלכע צוואות טעיפס און בריוון וועלן אייך גארנישט העלפן. און פאר די שונאים דארפט איר נישט ווייזן קיין צוואה, ווייל אויב איז דאס געווען דער ווילן פון דעם [סיגוטן] רבין זי"ע, איז דאס ביי זיי א "מיינוס", נישט קיין "פלאס". איר זאלט זיי ענדערש זאגן אז ער האט געוואלט איבערגעגעבן פאר רבינו שליטא דאס בענקל וועלן זיי זי ך ענדערש האלטן צו ענק, ווערנדיג צום וויפלטן מאל איבערצייגט אז ענק זענען די ריכטיגע שונאים פון סאטמאר. (אגב האף איך אז ר' זלמן האט גענוג שכל זיך צו באטראכטן וויאזוי זיין לוי' וועט אויסקוקן אויב וועט ער זיך נישט באצייטנס אפשאקלען פון די חברה... ווער ווייסט נעבן וועמען זיי וועלן אים לייגן?) זאגט זיי אז איר שפארט אפ דעם פאבליק סקול וועט איר ציען פיל מער שטיצער. זאגטס אפן און גראב אז דא ווערט "יעדער" געלאדנט צו נעמען א טייל אין די מלחמה קעגן רבינו שליטא וועט עטס עפעס אויפטון. זאגטס אז דא וועט זיך אנהויבן א "נייע סאטמאר", פארטיג מיט דעם אלטן רבין, וועט איר ציען די אלע עלעמענטן, ווי דער פאקט האט ביי אייך געוויזן ביז היינט, אבער נעמט אראפ אייערע שמוציג נעגל פון דעם רבינס צוואה, פארשעמט אים נישט אפילו אחר מותו, לאזט אים קומען צו זיין אייביגן רו און פארדרייט נישט זיינע ווערטער און זייט נישט קיין מסלף דברי צדיקים, זיין רצון מעגן ענק העלפן ערפולן כאטשיג לאחר מותו.


משה: גיב ארויס די געשריבענע, אריגינעלע, אומגעשטיקלטע און אמת'ע צוואה וואס ליגט אוודאי ערגעצוואו איינזאם און פארשטויבט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 17:56 לינק ישיר 

 

תוקן על ידי - כל_העולם - 30/04/2006 17:59:29



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2006 01:05 לינק ישיר 

פארוואס האט קיינער נישט אריינגעסקענט די פאלטשע צוואה פון ר' זלמן?

אפילו אין זייער פורום חדשות שונאי סאטמאר זע איך עס אויך נישט
וואססס האבן זיי צו באהאלטן?????????

איך הער אז און איד שטייט עס פארוואס סקענט קיינער נישט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 21:38 לינק ישיר 

tעס פלאגט מיך די זעלבע קשיא: וואו אינעם צוואה ווערט דערמאנט אז ר' זלמן זאל עפעס איבערנעמען אויסער (די מוסדות) אין ווויליאמסבורג.
איינער זאל ביטע אויסקלארן דעם ענין - זאל זיין אפילו א זאלי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 21:21 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט איך ליין יעצט און די איד די צוואה

אפילו מ'זאל זאגן אז ס'איז עכט שטייט דארט גארנישט ס'שטייט אז ער זאל זיין רב און ווילמ"ס ס'שטייט נישט קיין ווארט אז ער זאל ווערן רבי און סאטמאר?????

ביי די 7 רייע און די צוואה איז דא ליינס פון אזוי ווי מ'האט אריין געפעסט עפעס ווייסט איינער וואס??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 20:23 לינק ישיר 

אין די אזויגעריפענע צוואה שטייט 2 מאל "פה וויליאמסבורג", און איין מאל "בקהלה הנ"ל" באציענדיג זיך אויף וומ"ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2006 01:41 לינק ישיר 

די אלע צוואת וואס די שונאי רבינו (לייען אהבה מוסתרת וואס זיי האבן ארויסגעוויזן ביים אויפגראבן דעם קבר אזויווי ר' זלמן האט דעלמאט געזאגט "די אהבה מוסתרת וואס ליגט באהאלטן") וואס זיי וועלן ברענגען יא פאלש נישט פאלש זענען גארנישט ווערד נאך ר' הירצקא'ס דרשה אפשר פאר די קאורט איז עס גוט אבער נישט פאר קיין חסיד פון רבי'ן זי"ע הכ"מ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 00:56 לינק ישיר 

maybe this is the tzavuah

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1898312



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 00:44 לינק ישיר 

 סאמער, נו ווער זענען די מענטשן? הא? ווער זענען זיי? הא? נו ווער זענען די מענטשן? בני יואל? נו ווער זענען די מענטשן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס צוואה אויפגעוויזן פאלש. און FRAUD
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext