בית פורומים כל העולם כולו

בקשה צו תלמידי וחסידי רבינו שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/4/2006 00:44 לינק ישיר 
בקשה צו תלמידי וחסידי רבינו שליט"א

אזוי ווי עס קומט יעצט אן ערענסטע און געהויבענעם שבת פאר חסידי ותלמידי רביה"ק זצ"ל הכ"מ, ולהבל"ח רבינו שליט"א, וויל איך בעטן אז מ'זאל אוועק לייגן די אלע געמויזעכטס פון די מחלוקה אויף אנדערס מאל, עס איז צו א געהויבענעם זמן, דער שבת איז בלתי לשם לבדו, דער שבת איז לויטער נאר נהנה צו זיין מאורו הגדול והקדוש פון אונזער נייעם רבי'ן שליט"א, און שעפן תנחומין פון דעם חסד ה' אז אשר לא השבית לנו גואל.

אלס לאגישקייט וויל איך אויך זאגן אז דער שבת גייט ממילא נישט ווייזן ווער ס'איז גרעסער און ווער ס'איז שטערקער, ביי די קלענסטע רבי'לעך זענען אלס געווען טויזענטער אידן דעם ערשטן שבת, דער ריכטיגער טעסט וועט זיין 2 יאר ארום אין א גרינעם שבת, דעמאלטס וועט מען זעהן ווער עס האט חסידים און ווער עס האט בלויז שונאים פונעם צד שכנגד.

ממילא טייערע חברים, עס וועט זיין גענוג און נאך צייט צו דורך קייען אלע פאליטיק און די קומענדיגע וואכן, אויף יעצט דעם שבת איז צו ערענסט צו טראכטן דערפון.

איך גיי נישט דא ענפארסן אז מ'טאר נישט שרייבן וועגן די אנדערע צד, איך בעט עס פשוט אלס אן עצה טובה, וואלענטערילי.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 00:50 לינק ישיר 

איך שטים צו אויף הונדערט פראצענט. און איך בעט אויך אלע תלמידי וחסידי מרן רביה"ק זי"ע הכ"מ, און להבחל"ח בנו הגדול וממלא מקומו כ"ק רבינו שליט"א אז מען זאל זיך צוריקהאלטן פון באריכטן יעצט קיין שום זאך וואס האט צו טון מיט די נארישע פאליטיק, מיר זענען יעצט פיל העכער פון דעם.

איך וואלט פארגעשלאגן אז מען זאל זיך צוריקהאלטן ביז נאך די שבעה, אלס אויסדרוק פון כבוד און הערצה צו מרן רביה"ק זי"ע הכ"מ.

גלייכצייטיג געפין איך פאר וויכטיג צו דערמאנען די חשוב'ע שרייבער, אז אין דעם פארום איז דא א תקנה אז מ'שרייבט אויף יעדן מנהיג פון א עדה אידן דעם אויסדרוק ר', אזויווי לעצטנ'ס איז די תקנה נאכגעלאזט געווארן דורך מאנכע שרייבער, ווילן מיר מודיע זיין אז מיר וועלן שטרענג אינפארסירן די תקנה !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 01:33 לינק ישיר 

בא ללמד מיינסט אפשר ר' זלמן לייב וועם דו רופסט מנהיג פון אן עדה?

ביי די וועי ביסטו מנהל דא ? איך האב נישט געוואוסט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 02:21 לינק ישיר 

יא, אויסדריקליך.

ר' זלמן לייב, נאך אלעם וואס ער האט אפגעטון, און אלעם וואס ער וועט אפטון, האט ער מינימום צוויי טויזנט מענטשן איבער די וועלט וואס זענען אים מקבל אלס זייער פירער, למחצה לשליש ולרביע, און אלס אזוינס קומט אים א נארמאלע טיטל פונקט ווי פאר יעדן רבי'ן, בפרט מיט אזא ציבור.

עס איז גענוג באקאנט פון פארשידענע מקורות אז אפילו א פשוט'ער שוסטער - ווי לאנג ער איז אין זיין טעגליכן התנהגות א שומר תומ"צ, און ער לייקנט נישט אין קיינע פון די אני מאמין'ס - באקומט א כח מן השמים אויב א ציבור אידן נעמט אים אויף אלס זייער מנהיג (דאס איז די סיבה פארוואס די ז' טובי העיר האבן א כח בי"ד, טראץ וואס זיי זענען בדרך כלל פשוט'ע מענטשן).

אויף זיינע מעשים וועט ער דארפן אפגעבן דין וחשבון אין הימל, נישט דורך אוועקנעמען זיין - לפחות ברבים - פארדינטן ר' איז מען זיך נוקם אין אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 07:25 לינק ישיר 

ער קען נישט ווערן אנגערופן א מנהיג פאר 2 טויזענט חסידים ווען זיי דארפן אים נישט פאר רבי נאר אים צו נוצן אלץ שטעקן

געהערט פון איינעם אז איינער פון די גרויסע אהבה מוסתרת רבנים איך געדענק שוין נישט דעם נאמען איז נאך זיין הכתרה געגאנגען צו ר' זלמן און אים אנגעוואונשטען הצלחה פארן ווערן רבי און אים געזאגט
"דער אייבישטער זאל העלפן אז דו זאלסט קענען מתקן זיין וואס דיין טאטע האט מקלקל געווען און ער האט גענטפערט אמן"

אזא איינער הייסם א ממלא מקום און עס קומט זיך אים א ר'?!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2006 15:30 לינק ישיר 

דא קען מען אויך זען די פאלשקייט פון די אהרונים. בא ללמד וויינט מיט קראקאדיל טרערן אז מזאל גארנישט טון ביז נאך די שבעה, און ער אליינס פאטשקעט אן די גאנצע פאראם מיט שטותים און נארישקייטן קעגן כ"ק רבינו מסאטמאר שליט"א. דעס זענען ענק, פוסטע בלאפערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בקשה צו תלמידי וחסידי רבינו שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext