|
|
| נשלח ב-28/4/2006 08:16 |
|
| |
איז רב נאמן אוף איסיריי כרותות ווען ער העלפט עדיי שקר?
עס איז דא א ווארט
FACTS ARE STUBBORN
עס איז כולי עלמא מודה סיי בדינא דמלכותא אין סיי בדיניי תורה אז אויב א מענטש איז נישט
געזינט אין ער איז נישט אין א מצב אפצישאצען אויף וואס ער שרייבט אינטער מחמת זיין געזינט איז
זיין אינטערשריפט גארנישט ווערט!!!!
במילא איז דא א שווערע קשיא!!
עס זענען דא הינדערטער יודען וואס זענען אריין צים רבין אין שטוב די לעצטע 7 יארען
אין אלע ממש אלע אנע אויסנאם זאגען אז די רבי איז ליידער נישט געזונט געוועהן אין יעדער אנע
אויסנאם
וויסט וואס עס איז געוועהן די מחלה ליידער , אין עס זאגען אויף דעם עדות אויך די מעדיצינען
וואס די רבי האט גענימען (STUART DRUG STOREׂ
ווען איינער גייט צי א זקן וואס איז ליידער אין די נישט געזינטע מצב אין ער הייסט עם
אינטערשרייבען אבער שרייבען א בריף אין עיניניי הנהגה אבער אין אין עניני ממנות איז דאס
אינטערשרייבען גארנישט ווערט הן בדין תורה אין הן בדיני דמלכותא אין דער מענטש וואס ניצט
אויס דעם נישט געזינטען מצב פין דעם זקן אין מאכט די פאלטשע שטיק צי א זקן וואס איז ליידער
נישט געזינט איז לכל הדיעות א שווינלער
אין אויך קען מען עם שטארק באשטראפען בדיניי דמלכותא פאר FROUD!!!
במילא איז א הארבע קשיא!
א יוד וואס געט ארויס ערענסטע פסקים פין דיניי כרותות אין ער וייסט בוודאי די מצב פין רבין
פינקט אזוי וויא מיר אלע חסידים האבען עס ליידער געוויסט אין געזעהן מיט די אייגענע אויגען ,
אין די מסקנה פין א אזא געזינט מצב איז לכל הדיעות אז זיין אינטערשריפט ווערט נישט גערעכעט
פאר גארנישט אין דער וואס מאכט עם אינטערשרייבען אין אזא א מצב איז א געמיינער שווינדלער
במילא איז א פראאגע :
א יוד וואס טעגליך פאסקנט ער שאלות וואס האט צי טהון מיט חששיי כרותות, וויא האט נישט זיין
האנט געציטערט אינטערצישדייבען אין מקיין זיין א צוואה של שקר מיט עדיי שקר????????
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 02:31 |
|
| |
תרוץ:
לשון קדשו:
"איך האב מורא איך פארגעס, איך האב מורא איך וועל אליין זאגן אנדערש ווי איך זאג"
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2006 18:46 |
|
| |
עימצער האט מיר געזאגט א גרויסן טענה, איך וויס נישט וואס צו ענטפערן.
די דיינים שרייבן אין זייערע "פסק" מאור לכ"ז ניסן, אז דער רבי זי"ע האט געזאגט במעמד אלפי ישראל, א חיי שרה תש"ס אז "לאחר אריכות ימי ושנותי וויל ער אז ר' זלמן לייב וועט איבער נעמן די הנהגה" זה תוכן לשונם של הדיינים. און דא שטעלט זיך די פראגע. דאס איז דאך א פרעכע ליגענט, דער רבי האט דאס קיינמאל נישט געזאגט ברבים, און זיכער נישט און יענעם דרשה, וואס אגב, ער האט גערעדט דעמאלס אויף ביידע, אז ר' אהרן איז א רב אין קרית יואל, אין ר' זלמן לייב דא. וואו אזוי דיינים וואס פסקנן שאלות באיסור והיתר, קענען זאגן אזא פרעכע ליגנט, בדבר המפורסם וגלוי לכל? זיי האבן נישט קיין טראפ בושה. קיין טראפ יראת שמים?
אדרבה, ענטפער פליס.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2006 06:25 |
|
| |
א גרויסע קשיא אויף בן פראדעלס פאברעצירטע צוואה , ולית בר נגר דיפרקיניה!!!!
משה שרייבט אין די צוואה "בדבר אשר מיניתי את בני " וכו"
דאס איז אן אפענע שקר:
באשר ביי די אזויגעריפענע הכתרה דרשה אין חשון תש"ס בעת וואס משה האט איינגעחאזערט וואכען די
דרשה מיטן רבין אין פינדעסוועגען דאך ווען די רבי איז געקימען אין ביהמד צי די מכלומפרשט
הכתרה דרשה האט די רבי גערעדט גאר פין אנדערע ענינים ער האט גערעדט פין א רמבם בעינן קידוש
השם וואס די רבי האט איבערגעחאזערט 5 מאל כנ"ל אין ער האט בכלל נישט געדענט אז ער איז געקימען
האלטען
אן הכתרה דרשה!!!!
אין ער האט טאקע אפילו נישט גערעדט פין די הכתרה ביז האלפערטעל האט אריינגעזאגט פארן רבין
אין אויער אז מהאט עם געברענגט אין ביהמד צי האלטען א הכתרה דרשה ,אין ער האט באפוילען דעם
רבין ארויסצינעמען משה"ס הכתרה בריף פין ביזעם טאש
במילא וויאזוי איז מעגלעך אז צוויא יאר דערויף שנת תשס"ב געדענקט די רבי אזוי גיט די הכתרה
מעשה פין צוויא יאר צירוק אין שנת תש"ס אז ער שרייבט אין די אויגעריפענע צוואה
" בדבר אשר מיניתי את בני"
??????????????????
עס איז נישט בנימצא אז איינער וואס האט אין שנת תש"ס נישט געהאט קיין זכרון אפילו פין 5 מינוט
פין אן ענין וואס ער האט געשמוסט מיט משה א פאר מינוט צירוק פין די הכתרה אפילו ביי אזוי א
וויכטיגע ענין פין הכתרה זאל פלוצלום אין שנת תשס"ב באקימען אזא א וואנדערבארע זכרון אז ער
געדענקט אפילו זאכען וואס איז געשעהן 2 יאר צירוק???????
תקיו
אבער איך האב יא א תירוץ ....
דער רבי וויא פארשטייט זיך האט בכלל נישט געוויסט אויף וואס ער שרייבט אינטער
משה האט עם מיסתמה געזאגט אז ער שרייבט אינטער אויף א היכשר פין היתאחדות הרבנים כשר לפיסח ציקער
(די אלע הוכחות פעלט נישט אויס אויב מוועט געוואר ווערען אז די רבינס אינטערשריפט איז א פאלטשע!)
אויך
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2006 05:40 |
|
| |
עס איז זיער קאמיש וואס בן פראדעל,דער צוואה ארכיטעקט האט אריינגעשריבען אין די צואה
" צוואת ברי"
מיר וויסען וואס משה האט געמינט מיט די צוואת ברי, אבער עס וועט מיס BACKFIRE אויף בן פראדילס
צוואה ביזנעס
באשר די צוואה איז דאך געווארען געטייפט אין פארגעשריבן רורעך משה אין זיינע שלוחים
אין משה אליין וויסט צים בעסטען די דיאגנאזיז וואס דער דאקטער האט געגעבען אויף דעם רבין ל"ע
אין מיר האבען געזעהן די פאפירען וואס באשטעטיגען דאס
במילא דער חכם משה ווען ער שרייבט אן אפענעם שקר "צוואת ברי" האט ער שוין פארלוירען זיין
ערמימותדיקע צוואה באשר דאס איז לכל הדיעות פאלטש אין יעדער וויסט אז משה האט דאס געשריבען
מינענדיק אז איינמאל ווען ער שרייבט אין צואה צואת בריא איז די רבי פלוצלים געזינט געווארען
אזוי וויא 20 יאר צירוק
אזוי שנייט מען אפ אז מעגייט מיט שקר באשר ער וועט מיט דים שקר פין צוואת ברי אלעס פארלירען
די שופטים זענען נישט קיין נערנים אין זיי וייסען פארוואס משה האט געציטעטרט אז ראזענוואסער
זאל זיך נישט טרעפען מיט ן רבין .......
|
|
|
|
| נשלח ב-30/4/2006 08:16 |
|
| |
עטליכע יאר צירוק האט רבינו הכמ פארפירט אז משה האט עיהם היינט געגעבען אינטערשרייבען עפעס אין געדענקט נישט וואס דאס איז געווען אין משה האט עס נישט געוואלט ציריק ברענגען, ווער געדענקט די פינקטליכקייט פין יענע מעשה זאל ביטע שרייבען
|
|
|
|
| נשלח ב-29/4/2006 02:33 |
|
| |
איך וויל מוסיף זיין אז אלעס וואס איז געשריבען אווען איז נאר במה דברים אמורים, אויב מהאט
ELIMINATED די אנדערע חששים מיט די צוואה פין רזל
דהיינו;
1)אויב די אינטערשריפט פין רבין איז נישט פאלטש
2)אויב די צוואה איז נישט פאלטש
3) צי בשעתען הייסען דעם רבין אז ער זאל אינטערשרייבען האט מען עם געזאגט אז ער שרייבט
אינטער א צוואה
אבער האט מען דעם רבין געזאגט אז ער שרייבט אינטער א היכשר אויף די כשר לפסח ציקער פין
היתאחדות הרבנים........
|
|
|
|
| נשלח ב-29/4/2006 00:06 |
|
| |
פין וואס איך שרייב דא קען יעדער זעהן אז די פאלטשע צוואה האט נישט קיין ווערט , נישט בדיניי
תורה אין נישט LEGAL בדינא דמלכותא!!!!!!!!
די בעסטע באוייז אז די צוואה וואס בן פראדעל וחבריו האט ציזאם געשטעלט איז פאלטש אין סאיז
באוויזען געווארען די פאלטשקייט פין די צוואה איו פראנט פין טויזענטער יודען אין סאטמערע
ביהמד ביי די פאלטשע הכתרה דרשה בשעת משה האט פארגעשריבען פארן רבין אויף דעם צעטעל וואס ער
מוז זאגען פאר דעם עולם אין ער האט מיט זיינע טמאנע הענט אריינגעלייגט די צעטעל אין רבינס
ביזעם טאש
אין פין יענע אסיפה קען מען זען רישעות אין אויך די טיפשות פין די ציזאמשעלער פעין די פאלטשע
צוואה
פין משה וחבריו
די חברה יוצר משרשיו משה מיט זיינע שווענצלעך האלפערט אימפארשעמטערהייט שטעלען זיי ארויף אויף
די בימה אינזער רבין זצל ,אן אלטען נישט געזינטער יוד נעבעך, אין מאיז עם מבזה פאר טויזענטער
יודען,
באשר ידער וואס האט געזעהן דעם רבין אין זיין מצב בשעת די דרשה האט געלאזט טרערען וואס די
סאדיסטען טהון מיטען רבין ל"ע
יעדער האט געזעהן אז די רבי איז שטארק נישט געזינט געוועהן , באשר די רבי האט אנגעהויבען
רעדען פין דעם רמבם בעיניי קידוש השם אין די רבי האט נישט געקענט אוועקגיין פין ענין אין די
רבי האט דעם רמבם איבערגעחאזערט 4- 5 מאל
די רבי איז נישט געועהן בכח אוועקציגיין פין דעם רמבם וואס דאס איז לידער די סימטאמען פין די
מחלה ל"ע, אין די רבי גייט נישט צים ענין וואס די דרשה פארשטייערס האבען געהייסען דעם רבין זאגען
די צער פין די אמתדיקע חסידיי סאטמער אין ביהמד אין די מאמענט איז געוועהן אימדערטרעגליך
די רשעים נעמען דעם הייליגען רבין אין זיי שטעלען עם מיט געוואלט ארויף אופן באךעמער אין זיי
זענען עם מבזה פאר טויזענטער יודעד יא אזוי וויט איז געגאנגען די רשעות פין די מחברים פין די
פאלטשע צוואה
אין דאס איז די בעסטע ראיה אז די צוואה איז א פ ל ט ש ע !!!!!!!!!!!
בשעת משה וחביריו האבען געצווינגען דעם רבין צי האלטען די פאלטשע הכתרה דרשה איז פאר ידעם
איינעם ניתגלה געווארען אז די רבי איז ליידער נישט געזונט
רי רבי האט אפילו פארגעסען פארוואס ער איז געקימען אין ביהמד האלטען די דרשה אין ער רעדט
אפילו נישט פין די הכתרה וואס משה וחברין הרשעים האבען עם אנגעגרייט!!!!!
געוואלד משהס יוצר משרתיו לויפען ארים וויא פארסאמטע מייז , געוואלד די רבי טוט נישט וואס מיר
האבען עם געהייסען טהון אין נאכדערצי זעט די גאנצער עולם פין די דרשה אז די רבי איז שטארק
נישט געזינט!!!!
(ליידער דאס איז אויך סימטאמען פין די מחלה אז ער האט נישט אנגעהויבען צי געדענקען וואס די
רשעים האבען געצווינגענערהייט מיט עם איינגעחאזערט פאר וואכען צי האלטען די פאלטשע הכתרה דרשה)
האלפערטעל לויפט ארים וויא א פארסאמטע מייז אין שושקעט אריין דעם רבין אין אויער אין וויזט
א מיט זיינע פינגערס אויפען רבינס ביזעם טאש אין באפעלט דעם רבין ער זאל ארויס נעמען פין
ביזעם טאשדי הכתטרה צעטעל וואס משה וחבריו האבען פארגעשריבען,
דעמאלטס פאנגט ערש די רבי צי זאגען דעם ארויגעצווינגענעם הכתרה דרשה די באקאנטע העיקר שכחתי
דרשה
גרויסע דאקטוירים וואס האבען אנעליזירט דעם טעיפ פין די דרשה האבען אלע פה אחד געזאגט אז
פין די טעיפ זעט מען קלאר די ערעסטע געזינט מצב פין רבין וד"ל
די דאקטוירים האבען זיך אפילו געחודשט וויא עס איז מעגלעך אז קינדער זאלען טאן אזעלעכע
געמיינהייטען מיט אן אייגענעם טאטען אין אזוי מבזה זיין אן אייגענעם טאטען , שומו שמים!!!!!
פין די מעשה זעט מען אז די חברה האבען ליידער מאנאפעלירט דעם אלטעט שוואכען נישט געזינטען
טאטען- רבין אין זייהאבען געפייניגט דעם טאטען אז ער זאל טהון וואס משה וחבריו באפעלען
אין אויף דעם אופן האבען זיי געמאכט אלע פאלטשע זאכען שלא בהסכמת רבינו וואס די רבי האט שוין
געזאגט אין זיינע געזינטע יארן!!!!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 18:23 |
|
| |
פיינער יוד, דו האלטסט אז דער רבי ז"ל האט נישט מורא געהאט פון אזא זאך? אומזינסט האט דער רבי ז"ל הכ"מ כסדר געזאגט: א יוד העכער די 80 קען נישט טוישן זיין מיינונג?
און די האלטסט אז רבינו שליט"א ווייסט נישט פון אסאך מער פרטים פון אונז אלע, קענען מיר דען אפשאצן זיין כח המעצר די אלע יארן צוליב'ן כבוד פונעם טאטע'ן ז"ל?
אוודאי איז דאס א ווייטאג.
און והיינו שבחייהו, אויף רבינו שליט"א, יאריך ימים על ממלאכתו
ער האט שוין געפירט כלל ישראל אויפן אויסגעטרעטענעם וועג די אלע יארן, מיר דארפן נישט אויסרעכענען ביז יעצט, נאר איין דוגמא, מעשה "שייטלעך" יוכיח,
ער פירט עס
און וועט עס פירן
עד ביאת גואלינו
אמן
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 14:13 |
|
| |
ספעציעל איז געוועהן זייער אנזעבאר די שווינדלעריי ליידער פין בני ביתו אין די פאלטשע משמשים
פין רבין זיע
די מענטשען וואס האבען ארים גענימען דעם רבין האבען געטהון די זעלבע וואס געווענדלעכע
שווינדלערס טוהען צי עלטערע מענטשען בכדיי צי באגנבהנען דעם זקן
דהיינו;
זיי האבען איינגעשפארט דעם רבין אין א שטוב אין עם נישט געלאזט זיין צווישען מענטשען אבער צי
די שימחות פין זיינע קינדער אין אייניקלעך בכדיי די רבי זאל נישט הערען וואס זיינע אייגענע
קינדער אין אייניקלעך קענען עם אפשר אויפקלערען די פאקטען וואס גייט פאר אין די משפחה
אין אזוי האט מען אויך נישט ציגעלאזט צים רבין זיינע בעסטע פריינד וואס ער האט זיך אלע יארען
געפלעגט א דורך שמוסען מיט זיי עניניי הכלל ועיניניי הפרט
(אויזער די פערשוינען וואס האבען דעם רבין שופך דם געוועהן אלע יארען וויא למשל דעם מסור
יוסל וואלדמאן וכדומה האבען זי די בניי ביתו שטארק מכבד געוועהן אין אריין געשיקט צים רבין
על אפו ועל חמתו פין רבין ר"ל)
אויף ענגליש הייסט דאס
MIND CONTROOL
דהיינו זיי האבען קאנטראלט אלע אינפארמעשאן וואס קימט אן צים רבין דאס איז בנוסף וואס די רבי
איז ליידער שטארק נישט געזינט געוועהן אין איז נישט געוועהן בכוחו אפצישאצען די מצב אין
אויך איז נישט געוועהן בכוחו אפצישאצען אויף וואס ער שרייבט אינטער מחמת זיין געזינט צישטאנד,
בקיצור זיי האבען געהאט דעם רבין אינגאנצען אין זייער האנט, TYPICAL אזוי וויא מאפיאנערען
מאכען מיט מענטשען וואס זיי ווילען באגנבהנען ר"ל
אין די גערעסטע קשיא איז איוף דעם רב.... וואס דארף זיין די ראש ביד אין ער האט זיכער געוויסט
פין דעם אלעם אין ער דארף דאך פסקענען שאלות לאמיתו של תורה אין פינדעסוועגען דאך איז ער
מיטגעגאנגען מיט די שווינדלערס אין מקיים געוועהן די פאלטשע עדות הגם ער האט געוויסט די מצב
פין רבין פאר די לעצטע 7 יאר וואס דערפאר איז די אינטערשריפט פין רבין גארנישט ווערט
אלעס האבען זיי געטהון לתועלת עצמם באשר לעבען רזל קען יעדער פראווענען רביסטעווע אין ער קען
מאכען די נענועים מיט די גאנצע פאמפע
משאכ ווען דער גאון עולם רבינו מוה ר אהרן שליטא וועט זיין רבי האבען זיי מורה געהאט אז זייער
רביסטעבע וועט בטל ווערען כנר ליפניי אבוקה באשר די רבי שליטא איז דער דער אמתדיקער גדול הדור
אוי, עס איז שווער צי פארקיקען נגיעת עצמו
אבער פידעסוועגען איז א חודיש אז אן עלטערע רב יוד זאל זיך פארקויפען די נשמה אין מיטהעלפען
עדיי שקר אין מיטהעלפען שווידלערס מיט מקיים זיין זייער שווינלערישע כתב בעו"ה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 08:20 |
|
| |
CORRECTION
אין מקיים זיין א צוואה של שקר וערמומות!!!
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|