בית פורומים כל העולם כולו

גאנץ ניו יארק רעדט: סאטמאר צוטיילט 65/35

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/4/2006 08:40 לינק ישיר 
גאנץ ניו יארק רעדט: סאטמאר צוטיילט 65/35

איבעראל וואו מען איז געגאנגען שבת האבן מענטשן גערעדט און געטומלט איבער די שטוינענדע אנטוויקלונג פון דעם שבת, דער שבת "שאודאון" ווי די מידיא האט עס גערופן. דער רבי זאל זיין געזונט האט צוזאמגעשלעפט אן עולם וואס דער וועלט האט נאכנישט געזען, ער האט געפירט טישן וואס די היסטאריע האט נאכנישט געזען, בשעת דער סיגעטער האט נישט געקענט אנפילן דעם ראדני בית המדרש, וואס איז מכלומר'שט זיין אייגן שוהל.

נאכ'ן שיקן 911 מעסעדזשעס, מאכן צענדליגער קאלס, צוזאמרופן די גאנצע וועלט און מאכן דעם גרעסטן טראסק וואס מעגליך האט דער סיגעטער געהאט א נארישע קליינע טיש אויף א קליינע חלק פון די ראדני בית המדרש. ווידעראום דער טענט איז געווען צו קליין צו קענען אריינעמען אזא ריזיגן ציבור אידן. עס זענען געווען ריזיגע פארענטשעס, פילע שטאקן הויך, א ריזיגער שטח, אבער פונדעסטוועגן זענען מענטשן געשטאנען צודרוקט ווי אין א סארדינס קען.

די שמועס אין גאס איבעראל איז אז "ר' אהרן (כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א) האט איינגענומען סאטמאר מיט א שטורעם," "ער האט געוואונען די מלחמה אן קיין איין שאס", "איבער 65 פראצענט סאטמאר איז געגאנגען מיט ר' אהר'נען."

אפילו די אפטימיסטישסטע סאטמארע חסידים זענען אין שאק און קענען זיך אליינס נישט גלייבן ווי דער גאנצער עולם האט זיך אונטערגעווארפן אונטער'ן רבי'ן שליט"א, און דער סיגעטער האט נישט געקענט צוזאמשלעפן אפילו האלב אזויפיל חסידים ווי דעם רבי'נס חסידים.

דער שבת וועט בלייבן די טעמע אין די חסידישע וועלט פאר א לאנגע צייט, אבער וואס עס וועט פארבלייבן א שטוינענדע חידה פאר א לאנגע צייט איז פארוואס דער סיגעטער האט אזוי מיאוס אפּגעפוטשט דעם ערשטן שבת זיינעם אלס "רעבע" און וויאזוי עס האט געקענט זיין אז ער האט געליטן אזעלכע מיאוס'ע בזיונות אין זיין ערשטן וואך אויף די "קיסע האראבאנעס"



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 22:35 לינק ישיר 

קוטשמע

איך וועל דיר פארעכטן מיט פאקטן פון טענט ס'איז געווען 40 רייעס בענק פון די אויון אן ביז די פארענטשעס קעגן איבער ס'איז געווען 40 מענטשן אויף איין רייע 20 אויף איין זייט פון די טיש אינדערמיט און 20 אויף די אנדער זייט איז 40*40=1600 + די מיטעלסטע טיש האלט איך איז געווען 75 אויף איין זייט איז 75+75=150 1600+150=1750 איז 1750 מענטשן אינדער מיט זיטצן די פארענטשס וועל איך זאגן אזוי ווי די 100 אויף איין זייט איז 1600 + 250 אויף די פארענטש קעגן די אויון און + 250 אויף די אויון און 1600+500=2100 2100+1750=3850 איז 3850 מענטשן געהאט א פלאטץ יעצט לייג צו +++ די אלע שטייערס און טענט און די אלע שטייערס און דרויסן פון טענט

די גאנצע חשבון וואס איך האב דא געמאכט איז נאר די פאקט וואס מ'האט אנגעגרייט ברייט פלאטץ פאר א מענטש פארשטייט זיך דער עולם איז געווען צושטיפט סיי אויף די בענק סיי אויף די פארענטשעס דאס מאכט מיר שאצן אז אויף די זיטץ פלעטצער איז געווען אריין געשטיפט א גיטע 5000 און שטייערס האלט איך איז געווען א גיטע 3000 מענטשן דאס הייסט גיטע 8000 מענטשן בליע"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 22:22 לינק ישיר 

ארגינעלער שירעם
וואס האבן ענק זיך ארומצושלאגן
קוטשמע איז געווען און ראדני ביי בואי בשלום און אין טענט איז ער געעוען ביים טיש פרייטאג צו נאכטס האלב פיר פארטאגאס. סימפל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 21:30 לינק ישיר 

ארגינעלער
זיי מוחל ליין איבער קוטשמע'ס תגובה און דערנאך קוק וואס איך האב געשריבען, און נאכדעם שרייב וואס דו האסט צו שרייבן, שכח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2006 21:17 לינק ישיר 

sheeram

go now in rodney and count you will see there is only 847 sits!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/4/2006 19:35 לינק ישיר 

וואס איז דיין חשבון אז אין חלל איז געווען 800 מענטשען?

עס איז געווען 50 רייעס פון בענק, אויף יעדע שורה איז געווען 8 בענק (4 אויף די רעכטע זייט און 4 אויף די לינקע זייט) לאמיר רעכענען 5 מענטשען אויף א באנק,
 5X8=40
 40X50=2000



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2006 19:18 לינק ישיר 

איך בין געוועהן ביי ביידע רשכבה"גס פרייטאג אויף די נאכט בשעתן דאווענען. איך שטעל מיך נישט פאהר, איך מאך נישט קיין השערות און אויך נישט קיין גזמאות. איך האב געציילט קעפ און דאס זענען די ציפערען.

אין די טענט זענען געוועהן בערך 3200 מענטשען.
 100 מענטשען אויף א שטאק פארענטשעס לענגאויס לי עוו. 8 שטאק פארענטשעס אויף די צוויי זייטען (100
X16 = 1600). קעגן איבער די אויבענאן זענען געשטאנען א ערך פין 50 מענטשען פער שטאק (50X8 = 400). קומט אויס אויף די פארענטשעס זענען געשטאנען אלעס צוזאמען 2000. אין די חלל זענען געשטאנען בערך 800 מענטשען און אינדערויסען זענען געזעצען אויף אויפגעשטעלטע טישען און ווי אויך געשטאנען צווישען 300 און פיר הונדרעט. נמצא, אז ס'איז געוועהן בערך 3200 מענטשען אין טענט.

אין ראדני זענענן געוועהן לערך 1750 מענטשען. פארענטשעס זענען נישט געוועהן חוץ אויף מעריב וואנט. די פארענטשעס זענען געוועהן אנגעפילט רוב מיט קינדער און בכלל איז נאר געוועהן 75 פלעצער אויף די פארענטשעס. עס איז געוועהן שמעלערע טישען און בענק דורעך אויס די גאנצע שיהל. אויף יעדע טיש פיט בערך פינעף מענטשען. רוב טישען האבען אבער פין גרויס געדרענג געהאט זיבען חסידים. עס זענען געוועהן בערך 240 טישען אין בית המדרש (240
X7 = 1680). מער ווי די טישען אין די מערביותדיגע פארענטשעס איז נישט געוועהן אנגעגרייט. נמצא אז אין ראדני איז געוועהן אן ערך פין 1750 מענטשען.

אהיים שפאצירענדיג האב איך געטראכט: איך פארשטיי נישט די אהרונים, זיי ווילען זיכער נישט ראדני צו פירען דארט טישען. זיי פיטען דאך דארט קיינמאל נישט אריין.
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 16:59 לינק ישיר 

ענק קענען זאגן וואס ענק ווילן, די שבת האט מען געזען אז זאלי איז א מעכטיגע קאמפעטישאן...
































פאר חיים יושע...

סאיז געווען ממש shocking צו זען ווי שנעל סאיז מקויים געווארן דאס וואס די אהרונים האבן אלץ געשריגן, אז די זאליס זארפן זייער שטריק נאר פאר א שטעקן און גארנישט מער, און אין די רגע וואס ער ווערט א רבי וועלן זיי דראפן זיין גאנצע רעביסטעווע!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 16:36 לינק ישיר 

פון מיינע מקורות חברים און ידידים אין ווילי איז ר' אהרן דער מנצח באופן מפתיע אף לחסידיו!

ביידע צדדים זענען אין שאק פון וואס עס האט פאסירט דעם לעצטען שבת. איך בין אריין באזוכען דעם בורו פארק שוהל 53 סטריט און עס איז געוועהן ליידיג, אפשר האבען דארט געדאווענט 50 אידען דעם שבת. רוב זענען געוועהן ביי ר' אהרן


מ'קען שוין מאכען א פאר מסקנות.

1) דער מחלוקה גייט ווערן אפ געשטילט, עכ"פ אביסל,  ווייל די אהרוינים האבען געווינען דעם דעת הקהל אז ער איז דער יורש, ממילא איז עס א פייט איבער ריעל עסטעיט, נישט מער ווי דאס איז א מלחמה איבער מקרקעין נישט איבער ווער איז דער סאטמאר רב.

2) אהרוינים האבען יעצט געפערליכע כלי זיין מיט וואס זיי קענען צווינגען אלע אנדער חצרות אין מוסדות צו שפילען זייער געים. דהיינו עדה, התאחדות, תולדות אב"י ותולדות אהרן, רבי מאיר בעל הנס שומרי החומות... אויב זיי האנדלען מיט שכל קענען זיי צו מולען די זאלי'ס ביי די ענינים. ס'איז פשוט א מצב פון שמעו עמים ירגזון.

3) אויב ר' אהרן קומט זיך באזעצען אין ווילי... וועט ער צוטרעטען די ראביסטעווע פון ר' ז"ל! ביי מיר איז דאס בלי שום ספק.

4) ר' אהרן דארף נישט מער מורא האבען פון די דעות של ר' אברהם לייטנער וכו' און בתוכם ר' מאטעלע
 I'ts bye bye time for them all

דאס זענען דערווייל מיינע אבזערוואציעס

תוקן על ידי - yohcee718 - 30/04/2006 16:41:23



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2006 15:41 לינק ישיר 

Is it true that 1010 wins said that in tent was 10,000 people and Zali had 1,000 people?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 10:29 לינק ישיר 

13Hooper:

די זאליס זענען געווען צישאסען אין מאראליש ציקלאפט מיט זייערע קליינער 1,000 מענטשען  אקעגען די 7,000 וואס די אהרונים האבען געהאט

די איינציגע זאך וואס זיי האבען געקענט טיען איז שעלטען הויעך וואס איז נתהפך געווארען לברכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 10:28 לינק ישיר 

יאגעלע:

דער שבת איז דורך בשלום אן קיין שום פראוואקאציעס פון סיי וועלכע זייט. ביידע האבן געהאט אנגעפילטע בתי מדרשים, דער אין ראדני און דער אין שאטער. מ'האט זיך שווער געקענט דורכרייסן אריינצוגיין.

לאמיר הערן פון די וואס האבן אינסייד אינפארמעישן און פארוואס עס איז אזוי שטיל געווען, ווען נישט לאנג צוריק האט מען אזאנס נישט געקענט גלייבן עס זאל גיין אן קיין קלעפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 08:53 לינק ישיר 

Is it true that 1010 wins said that in tent was 10,000 people and Zali had 1,000 people?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 08:49 לינק ישיר 

שפיטצער06:


איך טרעפ א זאלי ביי רבינו שליט"א,

איך פרעג אים נו ער האט 4 מאל אזא גרויסע עולם ווי ר' זלמן לייב,

זאגט ער מיר ביזט גערעכט ער זאגט מיר אז ער מיינט אז נאך וויניגער.*:namespace prefix = o />



kerry08:

איך מיין אז עס איז געווען א טעות נורא צו זעצן ר' זלמן אויף צפון זייט.


עס איז נישט געווען געהעריג פלאץ צו זעהן, ע"כ איז געווען ווי א קום-ענד-גאו, מען איז געקומען אויף א האלבע שעה מחזק זיין דעם נייעם רבי'ן - וואס זיי זוכען נישט צופיל זיך צו באדערן מיט אים - און אהיים.


עכטע_נייעס:

קערי


און טענעט איז נישט געווען קיין פלאטץ און מ'איז געשטאנען און גאס און נישט אהיים


פאר וואס און ראדני (אויב איז אזוי ווי די זאגסט אז ס'איז נישט געווען קיין פלאטץ) פאר וואז איז דער עולם נישט געשטאנען און פאליש אדער אויף צפון זייט אינטער די ווייבער שיל???????????????


אשר_זלמן:


ביי רז"ל איז סוף טיש ליידיג געווארן איף דרום זייט. משא"כ ביי רבינו שליט"א איז געעוען א


געשטאפטער עולם א גאנצע צייט ( אין א שטח 2-3 מאל אזוי גרויס)



majyar718:


אן עלטערער איד האט זיך אויסגעדריקט;


ביי ר' זלמן לייב זיצן מענטשן מיט חשבונות אפצוטוהן דעם אפצוטוהן יענס.. אלעס הבל הבלים שאין בו ממש..


ביי ר' אהרן זיצט מען כאיש אחד בלב אחד לעשות רצון אבינו שבשמים!


מיט א ערענסטקייט און ווארימקייט כשנים קדמוניות.

 יא!



דער "אמת" זיגט!

תוקן על ידי - כל_העולם - 30/04/2006 8:52:48



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2006 08:43 לינק ישיר 

עכטע_נייעס:

 

ר' ז"ל קען נישט צוזאמשלעפן קיין עולם זיין ערשטע שבת

איך וועל געבן א באריכט וואס איך האב געזעהן און ראדני


שבת באנייכט ביים דאווענען איז נאך די פאליש געווען אפען די פאליש איז געווען היפש ליידיג און ביהמ"ד איז געווען א שיין עולם


שבת באנייכט ביים טיש איז געווען ר'ז"ל איז געזיטצן צפון זייט און חלל הביהמ"ד דאס הייסט די צפון זייט אינטער די ווייבער שיל איז געווען ליידיג די פאליש ליידיג


ציפרי בין איך נישט געווען


ביי של"ש איז די פאליש שוין געווען פאר שפארט קאמנטארן זענען איבריג

תוקן על ידי - כל_העולם - 30/04/2006 8:55:21



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גאנץ ניו יארק רעדט: סאטמאר צוטיילט 65/35
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext